1די זעונג פֿון עוֹבַֿדיָהן.
אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ אױף אֶדוֹם:
אַ הערונג האָבן מיר געהערט פֿון ה׳,
און אַ שליח איז געשיקט צװישן די פֿעלקער:
שטײט אױף, און לאָמיר אױפֿשטײן אין מלחמה אױף איר.
2זע, קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער,
פֿאַראַכט {בזה}
[1] זײער װערסטו.
3די מוטװיליקײט פֿון דײַן האַרצן האָט דיך פֿאַרפֿירט,
דו װאָס רוסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז,
אין דער הײך פֿון דײַן װױנונג;
װאָס זאָגסט אין דײַן האַרצן:
װער װעט מיך אַראָפּנידערן צו דער ערד?
4װען דו זאָלסט זיך װי אַן אָדלער דערהײבן,
און װען דו מאַכסט צװישן שטערן דײַן נעסט,
װעל איך פֿון דאָרטן דיך אַראָפּנידערן,
זאָגט ה׳.
5אױב גנבֿים װאָלטן געקומען צו דיר, אױב נאַכטרױבער –
װי ביסטו פֿאַרשניטן געװאָרן! –
װאָלטן זײ דאָך בלױז געגנבֿעט גענוג פֿאַר זיך;
אױב האַרבסטער װאָלטן געקומען צו דיר,
װאָלטן זײ דאָך אַ נאָכקלײַב איבערגעלאָזט.
6װי איז דורכגעזוכט געװאָרן עֵשָׂו,
אַנטפּלעקט געװאָרן זײַנע באַהעלטענישן!
7ביז צום געמאַרק האָבן זײ דיר באַלײט,
אַלע דײַנע בונדסלײַט;
דיך פֿאַרפֿירט, דיך בײַגעקומען האָבן די גוטע פֿרײַנט דײַנע.
די װאָס האָבן דײַן ברױט געגעסן
האָבן געשטעלט אַ נעץ אונטער דיר.
נישט געװען קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין אים.
8פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳,
װעל איך אונטערברענגען די חכמים, פֿון אֶדוֹם,
און די פֿאַרשטאַנדיקײט, פֿון באַרג עֵשָׂו.
9און דײַנע גיבוֹרים, תֵּימָן, װעלן צעבראָכן װערן,
כּדי איטלעכער זאָל פֿאַרשניטן װערן
פֿון באַרג עֵשָׂו דורך טײטונג.
10פֿאַר דעם אומרעכט צו דײַן ברודער יעקבֿ
װעט דיך אַ בושה באַדעקן,
און װעסט פֿאַרשניטן {כרת}
[2] װערן אױף אײביק.
11אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿון װײַטן,
אין דעם טאָג װאָס פֿרעמדע האָבן געפֿאַנגען זײַן פֿאַרמעג,
און װילדפֿרעמדע זײַנען געקומען אין זײַנע טױערן,
און אױף ירושָלַיִם גורל געװאָרפֿן,
ביסטו אױך געװען װי אײנער פֿון זײ.
12און דו האָסט נישט געזאָלט צוזען דעם טאָג
פֿון דײַן ברודער,
אין טאָג פֿון זײַן אומגליק,
און נישט געזאָלט זיך פֿרײען איבער די קינדער פֿון יהוּדה,
אין טאָג פֿון זײער אונטערגאַנג,
און נישט געזאָלט גרײסן דײַן מױל,
אין טאָג פֿון נױט.
13האָסט נישט געזאָלט קומען אין טױער פֿון מײַן פֿאָלק,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך,
נישט געזאָלט צוזען, דו אױך, זײַן אומגליק,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך,
און נישט געזאָלט אױסשטרעקן די האַנט אױף זײַן פֿאַרמעג,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך.
14און האָסט נישט געזאָלט שטײן בײַם שײדװעג,
צו פֿאַרשנײַדן זײַנע אַנטרונענע,
און נישט געזאָלט איבערענטפֿערן זײַנע געבליבענע,
אין טאָג פֿון נױט.
15װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳ אױף אַלע פֿעלקער;
װי דו האָסט געטאָן, װעט געטאָן װערן צו דיר,
דײַן טוּונג װעט זיך אומקערן אױף דײַן קאָפּ.
16װאָרעם װי איר האָט געטרונקען אױף מײַן הײליקן באַרג,
װעלן טרינקען אַלע פֿעלקער תּמיד;
יאָ, זײ װעלן טרינקען און זופּן,
און װערן װי קײן מאָל נישט געװען.
17אָבער אױף דעם באַרג צִיוֹן װעט זײַן אַן אַנטרינונג,
און ער װעט זײַן הײליק;
און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט אַרבן זײערע אַרבונגען.
18און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט זײַן אַ פֿײַער,
און דאָס הױז פֿון יוֹסף אַ פֿלאַם,
און דאָס הױז פֿון עֵשָׂו צו שטרױ,
און זײ װעלן זײ אָנצינדן און זײ פֿאַרצערן,
און קײן איבערבלײַב װעט נישט זײַן פֿון דעם הױז פֿון עֵשָׂו;
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.
19און די װאָס אין דָרום װעלן אַרבן דעם באַרג עֵשָׂו,
און די װאָס אין דער נידערונג – די פּלִשתּים;
און זײ װעלן אַרבן דאָס פֿעלד פֿון אפֿרים,
און דאָס פֿעלד פֿון שוֹמרוֹן;
און בנימין װעט אַרבן גִלעָד.
20און די דאָזיקע פֿאַרטריבענע מחנה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל
װעלן ירשעַנען די כּנַעֲנים ביז צָרפֿת,
און די פֿאַרטריבענע פֿון ירושָלַיִם װאָס אין ספָרַד,
װעלן אַרבן די שטעט פֿון דָרום.
21און העלפֿער װעלן אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג צִיוֹן,
צו משפּטן דעם באַרג עֵשָׂו,
און די מלוכה װעט זײַן בײַ ה׳.