1דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו הוֹשֵעַ דעם זון פֿון באֵרין, אין די טעג פֿון עוּזִיָה, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָה, די מלכים פֿון יהוּדה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל.
2דאָס ערשטע װאָס ה׳ האָט גערעדט צו הוֹשֵעַן, האָט ה׳ געזאָגט צו הוֹשֵעַן: גײ נעם דיר אַ װײַב אַ זוֹנה, און קינדער פֿון אַ זוֹנה, װאָרעם מזַנה טוט מזַנה זײַן דאָס לאַנד, אַװעק פֿון הינטער ה׳. 3איז ער געגאַנגען און האָט גענומען גוֹמֶר די טאָכטער פֿון דִבלַימען, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט אים געבאָרן אַ זון.
4און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: רוף זײַן נאָמען יִזרְעֶאל, װאָרעם נאָך אַ קלײן װײַלע, און איך װעל זיך רעכענען פֿאַר דעם בלוט פֿון יִזרְעֶאל מיט דעם הױז פֿון יֵהוּא, און איך װעל פֿאַרשטערן די מלוכה פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 5און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך צעברעכן דעם בױגן פֿון יִשׂרָאֵל אין טאָל יִזרְעֶאל.
6און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ טאָכטער. און ער האָט צו אים געזאָגט: רוף איר נאָמען לוא-רוּחָמָה, װאָרעם איך װעל מער װידער נישט רחמנות האָבן אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַז פֿאַרגעבן זאָל איך זײ פֿאַרגעבן. 7אָבער אױף דעם הױז פֿון יהוּדה װעל איך רחמנות האָבן, און איך װעל זײ העלפֿן דורך ה׳ זײער ג-ט, און איך װעל זײ נישט העלפֿן דורך בױגן און דורך שװערד און דורך מלחמה, דורך פֿערד און דורך רײַטער.
8און זי האָט אַנטװױנט לוא-רוּחָמָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון. 9און ער האָט געזאָגט: רוף זײַן נאָמען נישט-מײַן-פֿאָלק {לֹא-עַמִּי}, װאָרעם איר זײט נישט מײַן פֿאָלק, און איך בין נישט אײַערע.