1די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף מיר, און ער האָט מיך אַרױסגעטראָגן דורך דעם גײַסט פֿון ה׳, און האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אין מיטן פֿון דעם טאָל, און ער איז געװען פֿול מיט בײנער. 2און ער האָט מיך פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַרבײַ זײ רונד אַרום, ערשט זײ זײַנען געװען זײער פֿיל איבערן טאָל, און פֿאַר װאָר, זײ זײַנען געװען זײער פֿאַרטריקנט. 3און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, קענען די דאָזיקע בײנער לעבעדיק װערן? האָב איך געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, דו װײסט דאָך. 4האָט ער צו מיר געזאָגט: זאָג נבֿיאות צו די דאָזיקע בײנער, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איר טרוקענע בײנער, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 5אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די דאָזיקע בײנער: זעט, איך ברענג אַרײַן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן. 6יאָ, איך װעל געבן אױף אײַך אָדערן, און װעל אַרױפֿטאָן אױף אײַך פֿלײש, און אַרױפֿציִען אױף אײַך אַ הױט, און אַרײַנגעבן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.
7און איך האָב נבֿיאות געזאָגט אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן; און עס איז געװאָרן אַ גערױש, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט; ערשט אַ גערודער, און די בײנער האָבן גענענט אײן בײן צום אַנדערן בײן. 8און איך האָב געזען, ערשט אָדערן זײַנען אױף זײ, און פֿלײש איז אַרױפֿגעװאַקסן, און אַ הױט האָט זיך אַריבערגעצױגן אױף זײ פֿון אױבן, נאָר קײן אָטעם איז אין זײ נישט געװען. 9האָט ער צו מיר געזאָגט: זאָג נבֿיאות צו דעם אָטעם, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו דעם אָטעם: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פֿון די פֿיר װינטן קום, דו אָטעם, און הױך אַרײַן אין די דאָזיקע הרוּגים, אַז זײ זאָלן לעבעדיק װערן. 10און איך האָב נבֿיאות געזאָגט אַזױ װי ער האָט מיר באַפֿױלן, און דער אָטעם איז אין זײ אַרײַן, און זײ זײַנען לעבעדיק געװאָרן; און זײ האָבן זיך געשטעלט אױף זײערע פֿיס, אַ זײער זײער גרױסע מחנה. 11און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, די דאָזיקע בײנער, זײ זײַנען דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל; זע, זײ זאָגן: פֿאַרטריקנט זײַנען אונדזערע בײנער, און פֿאַרלאָרן איז אונדזער האָפֿונג; פֿאַרשניטן זײַנען מיר. 12דערום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך עפֿן אײַערע קבֿרים, און װעל אײַך, מײַן פֿאָלק, אױפֿברענגען פֿון אײַערע קבֿרים. און אײַך ברענגען אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל. 13און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך עפֿן אײַערע קבֿרים {קֶבֶר}[1], און װען איך ברענג אײַך אױף, מײַן פֿאָלק, פֿון אײַערע קבֿרים, 14און איך װעל אַרײַנגעבן מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} אין אײַך, און איר װעט לעבעדיק װערן; און איך װעל אײַך באַרוען אױף אײַער ערד; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ האָב גערעדט און געטאָן, זאָגט ה׳.[2]
15און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 16און דו מענטשנקינד, נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יהוּדה, און פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע חבֿרים; און נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יוֹסף – דער האָלץ פֿון אפֿרים, און פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע חבֿרים; 17און גענען זײ דיר אײנעם צום אַנדערן אין אײן {אֶחָד}[3] האָלץ, אַז זײ זאָלן װערן אײנס {אֲחָדִים} אין דײַן האַנט. 18און אַז די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק װעלן זאָגן צו דיר, אַזױ צו זאָגן: װילסטו אונדז נישט זאָגן װאָס די דאָזיקע זײַנען דיר? 19רעד צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זעט, איך נעם דעם האָלץ פֿון יוֹסף װאָס אין דער האַנט פֿון אפֿרים, און די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע חבֿרים, און איך װעל זײ צוטאָן צו אים אין אײנעם מיט דעם האָלץ פֿון יהוּדה, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן האָלץ, און זײ װעלן װערן אײנער אין מײַן האַנט. 20און די העלצער װאָס דו װעסט אױף זײ שרײַבן, זאָלן זײַן אין דײַן האַנט פֿאַר זײערע אױגן. 21און רעד צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך נעם צונױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון צװישן די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען אַװעק אַהין, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון רונד אַרום, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד. 22און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן פֿאָלק אין לאַנד, אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און אײן מלך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען צום מלך; און זײ װעלן מער נישט זײַן אין צװײ פֿעלקער, און װעלן מער נישט צעטײלט װערן װידער אין צװײ מלוכות. 23און זײ װעלן זיך מער נישט פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּגעטער, און מיט זײערע אומװערדיקײטן, און מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן; און איך װעל זײ העלפֿן פֿון אַלע זײערע װױנערטער װאָס זײ האָבן געזינדיקט אין זײ, און איך װעל זײ רײניקן; און זײ װעלן זײַן מײַן פֿאָלק, און איך װעל זײַן זײער אלֹקים.
24און מײַן קנעכט[4] דָוִד װעט זײַן אַ מלך איבער זײ, און אײן פּאַסטוך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען; און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ גײן, און מײַנע חוקים װעלן זײ היטן און זײ טאָן. 25און זײ װעלן זיצן אױף דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן, װאָס אײַערע עלטערן זײַנען געזעסן דערין; און זײ װעלן זיצן דערױף, זײ, און זײערע קינדער, און זײערע קינדס-קינדער ביז אײביק; און מײַן קנעכט[5] דָוִד װעט זײ זײַן אַ פֿירשט אױף אײביק.[6] 26און איך װעל זײ שליסן {כרת}[7] אַ ברית פֿון שלום – אַן אײביקער ברית װעט עס זײַן מיט זײ; און איך װעל זײ באַזעצן, און זײ מערן, און װעל מאַכן מײַן מִקדָש צװישן זײ אױף אײביק. 27און מײַן מישכּן װעט זײַן איבער זײ; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים, און זײ װעלן זײַן מײַן פֿאָלק. 28און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך ה׳ הײליק יִשׂרָאֵל, װען מײַן מִקדָש װעט זײַן צװישן זײ אױף אײביק.
1און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים, 2אין וועלכע איר זענט אמאל געווען לויט דעם צייטלויף פון דער וועלט, לויט דעם שר פון דער מאכט פון דער לופט, פון דעם גייסט, וואס ווירקט איצט אין די קינדער פון ווידערשפעניקייט— 3צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע— 4ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט, 5אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן— 6און האט אונדז אויפגעוועקט און אונדז אוועקגעזעצט צוזאמען מיט דעם משיח יהושע/ישוע אין די הימלישע ערטער; 7כדי צו ווייזן אין די קומענדיקע וועלטצייטן די שפע פון דער עשירות פון זיין חסד אין גוטסקייט לגבי אונדז אינם משיח יהושע/ישוע: 8ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳; 9נישט פון מעשים (טובים), כדי קיינער זאל זיך נישט בארימען. 10ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.
11צוליב דעם זאלט איר געדענקען, אז אמאל זענט איר געווען אומות (העולם) אינם פלייש, וואס זענען גערופן געווארן ערלים פון די, וואס הייסן נמולים—א מילה אינם פלייש, א מיט הענט געמאכטע— 12אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט. 13איצט אבער אינם משיח יהושע/ישוע איר, וואס זענט אמאל געווען ווייט, זענט געווארן נאענט דורך דעם (כפרה) בלוט פון דעם משיח. 14ווארום ער איז אונדזער שלום, וועלכער האט געמאכט די ביידע איינס און האט צעשטערט די אפשיידנדיקע מחיצה, די שנאה, מיט זיין אייגן לייב, 15בטל מאכנדיק די געזעץ פון מצוות און חוקות; כדי אין זיך אליין צו באשאפן פון די צוויי איין נייעם מענטשן, (און אזוי) מאכנדיק שלום; 16און צו מאכן שלום די ביידע אין איין גוף צו ה׳ דורך דעם בוים, טייטנדיק די שנאה דורך אים; 17און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע; 18ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער. 19דעריבער זענט איר אזוי ארום מער נישט קיין גרים און נכרים, נאר איר זענט מיטבירגער פון די קדושים און ה׳ס בני בית, 20אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין; 21אין וועמען די גאנצע געביידע איז צוזאמענגעפאסט און וואקסט אויס צו א בית המקדש אין דעם האר (ג‑ט); 22אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.