AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 34
◄ Ezekiel 33
Ezekiel 34
יחֶזקֵאל 34
Ezekiel 35 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די פּאַסטוכער פֿון יִשׂרָאֵל; זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ, צו די פּאַסטוכער: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײ, די פּאַסטוכער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן! דאַרפֿן נישט די פּאַסטוכער די שאָף פֿיטערן? 3דאָס פֿעטס עסט איר אױף, און מיט דער װאָל באַקלײדט איר זיך, די פֿעטע טוט איר שעכטן; די שאָף פֿיטערן טוט איר נישט. 4די שלאַפֿע האָט איר נישט געשטאַרקט, און די קראַנקע האָט איר נישט געהײלט {רפא}[1], און די צעבראָכענע האָט איר נישט אַרומגעבונדן, און די פֿאַרשטױסענע האָט איר נישט אומגעקערט, און די פֿאַרלאָרענע האָט איר נישט געזוכט, און מיט געװאַלט האָט איר געװעלטיקט איבער זײ, און מיט האַרטיקײט. 5און זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל זײ זײַנען צעשפּרײט געװען. 6האָבן געבלאָנדזשעט מײַנע שאָף אױף אַלע בערג, און אױף איטלעכן הױכן בערגל; און איבערן גאַנצן געזיכט פֿון דער ערד זײַנען צעשפּרײט געװאָרן מײַנע שאָף, און נישט געװען קײן פֿרעגער און קײן זוכער.

7דערום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 8אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, פֿאַר װאָר, װײַל מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו רױב, און מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און מײַנע פּאַסטוכער האָבן נישט נאָכגעפֿרעגט אױף מײַנע שאָף, און די פּאַסטוכער האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן, און מײַנע שאָף האָבן זײ נישט געפֿיטערט, 9דערום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 10אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו די פּאַסטוכער, און װעל מאָנען מײַנע שאָף פֿון זײער האַנט, און װעל זײ אָפּשאַפֿן פֿון פֿיטערן שאָף, און די פּאַסטוכער װעלן מער נישט פֿיטערן זיך אַלײן; און איך װעל מציל זײַן מײַנע שאָף פֿון זײער מױל, און זײ װעלן מער נישט זײַן זײ צו שפּײַז.

11װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אָט בין איך, און איך װעל נאָכפֿרעגן אױף מײַנע שאָף, און איך װעל זײ אױפֿזוכן. 12װי אַ פּאַסטוך זוכט נאָך זײַן סטאַדע אין דעם טאָג װאָס ער איז צװישן זײַנע שאָף די צעשפּרײטע, אַזױ װעל איך נאָכזוכן מײַנע שאָף; און איך װעל זײ מציל זײַן פֿון אַלע ערטער װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין אין דעם טאָג פֿון װאָלקן און נעבל. 13און איך װעל זײ אַרױסציען פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד; און איך װעל זײ פֿיטערן אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, בײַ די שטראָמען, און אין אַלע װױנערטער פֿון לאַנד. 14אױף אַ גוטער פֿיטערונג װעל איך זײ פֿיטערן, און אױף די הױכע בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײַן זײער לאָנקע; דאָרטן װעלן זײ הױערן אין אַ גוטער לאָנקע, און אַ פֿעטע פֿיטערונג װעלן זײ זיך פֿיטערן אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. 15איך װעל פֿיטערן מײַנע שאָף, און איך װעל זײ מאַכן הױערן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 16די פֿאַרלאָרענע װעל איך אױפֿזוכן, און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אומקערן, און די צעבראָכענע װעל איך אַרומבינדן, און די קראַנקע װעל איך שטאַרקן, און די פֿעטע און די שטאַרקע װעל איך פֿאַרטיליקן; מיט גערעכטיקײט װעל איך זײ פֿיטערן.

17און איר מײַנע שאָף, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זעט, איך משפּט צװישן אַ לאַם[2] און אַ לאַם, די װידערס און די בעק. 18װינציק אײַך װאָס די בעסטע פֿיטערונג פֿיטערט איר אײַך, אַז דעם איבערבלײַב פֿון אײַער פֿיטערונג צעטראַמפּלט איר מיט אײַערע פֿיס? און װאָס קלאָר װאַסער טרינקט איר, אַז דאָס איבעריקע צעקױטיקט איר מיט אײַערע פֿיס? 19און מײַנע שאָף פֿיטערן זיך אױף װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעטראַמפּלט, און טרינקען װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעקױטיקט.

20דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט צו זײ: אָט בין איך, און איך װעל משפּטן צװישן דעם פֿעטן לאַם[3] און דעם מאָגערן לאַם. 21װײַל מיט דער זײַט און מיטן אַקסל שטופּט איר, און מיט אײַערע הערנער שטױסט איר, אַלע שלאַפֿע, ביז איר האָט זײ צעשפּרײט דערױסן, 22דערום װעל איך העלפֿן מײַנע שאָף, און זײ װעלן מער נישט זײַן צו רױב; און איך װעל משפּטן צװישן אַ לאַם[4] און אַ לאַם. 23און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ אײן פּאַסטוך װאָס װעט זײ פֿיטערן – מײַן קנעכט[5] דָוִד; ער װעט זײ פֿיטערן, און ער װעט זײ זײַן צום פּאַסטוך. 24און איך ה׳ װעל זײ זײַן פֿאַר אלֹקים, און מײַן קנעכט {עַבְדִּי}[6] דָוִד נשיא[7] צװישן זײ; איך ה׳ האָב גערעדט.

25און איך װעל זײ שליסן {כרת}[8] אַ ברית פֿון שלום, און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט, און שלאָפֿן אין די װעלדער. 26און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מײַן באַרג פֿאַר אַ בענטשונג; און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין זײַן צײַט; געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס זײַן. 27און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט, און די ערד װעט געבן איר געװעקס; און זײ װעלן זײַן אױף זײער ערד אין זיכערקײט; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך צעברעך די שטאַנגען פֿון זײער יאָך, און װעל זײ מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די װאָס אַרבעטן מיט זײ. 28און זײ װעלן מער נישט זײַן אַ רױב פֿאַר די פֿעלקער, און די חיה פֿון לאַנד װעט זײ נישט פֿאַרצערן; און זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, און קײנער װעט נישט שרעקן. 29און איך װעל זײ אױפֿשטעלן אַ פֿלאַנצונג פֿאַר אַ שם, און עס װעלן מער נישט זײַן אין לאַנד אױסגעגאַנגענע פֿון הונגער, און זײ װעלן מער נישט טראָגן די שאַנד פֿון די פֿעלקער. 30און זײ װעלן װיסן אַז איך ה׳ זײער ג-ט בין מיט זײ, און זײ, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײַנען מײַן פֿאָלק, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 31און איר זײַט מײַנע שאָף; די מענטשנשאָף פֿון מײַן פֿיטערונג זײַט איר; און איך בין אלוקיכם זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 15 →

1און עס האבן זיך דערנענטערט צו אים אלע שטייער אויפמאנער און חוטאים, כדי אים צו הערן. 2און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!

3און ער האט געזאגט צו זיי דאס דאזיקע משל, אזוי צו זאגן: 4וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי? 5און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה; 6און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען. 7איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.

8אדער וועלכע פרוי, וואס האט צען דראכמעס, ווען זי פארלירט איין דראכמע, צינדט נישט אָן א ליכט, און קערט אויס דאס הויז, און זוכט מיט פלייס, ביז זי געפינט זי? 9און ווען זי האט געפונען, רופט זי צונויף אירע פריינט און שכנות, און זאגט: פריידט זיך מיט מיר; ווייל איך האב געפונען די דראכמע, וואס איך האב פארלוירן! 10אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.

11און ער האט געזאגט: א געוויסער מענטש האט געהאט צוויי זין. 12און דער יונגערער פון זיי האט געזאגט צום פאטער: פאטער, גיב מיר דעם חלק פארמעגן, וואס פאלט מיר צו! און ער האט זיי צעטיילט דאס האב און גוטס. 13און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן. 14און ווען ער האט שוין געהאט אלץ פארברויכט, איז געווארן א שטארקער הונגער איבער יענעם גאנצן לאנדן; און ער האט אנגעהויבן צו ליידן נויט. 15און ער איז געגאנגען און האט זיך באהאפטן צו איינעם פון די בירגער פון יענעם לאנד; און ער האט אים געשיקט אין זיינע פעלדער אריין צו פאשען חזירים. 16און ער האט געגארט אנצופילן זיין בויך מיט די שויטן, וואס די חזירים האבן געפרעסן; און קיינער האט עס אים נישט געגעבן. 17ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער! 18איך וועל אויפשטיין און גיין צו דעם פאטער מיינעם, און וועל זאגן צו אים, פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר; 19איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון; מאך מיך ווי איינעם פון דיינע לוין ארבעטער. 20און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט. 21און דער זון האט צו אים געזאגט: פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר, איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון. 22דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס; 23און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין; 24ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין. 25אבער זיין עלטערער זון איז געווען אין פעלד; און ווען ער איז געקומען און זיך דערנענטערט צום הויז, האט ער געהערט קלעזמער מוזיק און טאנץ. 26און ער האט צוגערופן איינעם פון די קנעכט, און האט געפרעגט וואס דאס זאל באטייטן. 27און ער האט אים געזאגט: דיין ברודער איז געקומען; און דיין פאטער האט געשחטן דאס געשטאפטע קאלב, ווייל ער האט אים צוריק באקומען א געזונטן. 28און ער איז צארנדיק געווארן, און האט נישט געוואלט אריינגיין; זיין פאטער אבער איז ארויסגעקומען און האט אים געבעטן. 29ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד; 30ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב! 31האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין. 32מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 33Ezekiel 35 ►