AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 40
◄ Isaiah 39
Isaiah 40
יְשַעְיָה 40
Isaiah 41 ►
1טרײסט, טרײסט מײַן פֿאָלק, זאָגט אלוקיכם.
2רעדט צום האַרצן פֿון ירושָלַיִם,
און רופֿט צו איר,
אַז זי האָט דערפֿילט איר צײַט,
אַז אָפּגעצאָלט איז איר פֿאַרברעך;
אַז זי האָט געקריגן פֿון ה׳ס האַנט
טאָפּל פֿאַר אַלע אירע זינד.
3אַ קֹול רופֿט אין דער מדבר:[1]
מאַכט צורעכט דעם װעג פֿון ה׳,
מאַכט גראָד אין דער װיסטע
אַ שטעג פֿאַר אלוקינו.
4יעטװעדער טאָל זאָל דערהױבן װערן,
און יעטװעדער באַרג און הײך זאָל דערנידערט װערן;
און דאָס קרומע זאָל װערן גלײַך,
און די באַרגקײטן אַ פּלױן.
5און דער כּבֿוד פֿון ה׳ װעט אַנטפּלעקט װערן,
און אַלע לײַבער אין אײנעם װעלן זען;
װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.
6אַ קֹול זאָגט: רוף!
און ער זאָגט: װאָס זאָל איך רופֿן?
אַלע לײַבער זײַנען גראָז,
און אַל זײער חן װי אַ בלום פֿון פֿעלד;
7פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז,
פֿאַרװעלקט װערט די בלום,
אַז דער הױך פֿון ה׳ בלאָזט דערױף;
פֿאַר װאָר, גראָז איז דאָס פֿאָלק.
8פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז,
פֿאַרװעלקט װערט די בלום,
אָבער דאָס װאָרט פֿון אלוקינו װעט אױף אײביק באַשטײן.
9אױף אַ הױכן באַרג גײ דיר אַרױף,
מבֿשׂרת פֿון צִיוֹן;
הײב אױף מיט כּוֹח דײַן קֹול,
מבֿשׂרת פֿון ירושָלַיִם;
הײב אױף, האָב נישט מורא,
זאָג צו די שטעט פֿון יהוּדה: אָט איז אלוקיכם!
10זע, אֲדֹנָי ה׳ קומט אַ מאַכטיקער,
און זײַן אָרעם[2] געװעלטיקט פֿאַר אים;[3]
זע, זײַן שׂכַר איז מיט אים,
און זײַן לױן אים פֿאַרױס;
11װי אַ פּאַסטוך װעט ער פֿיטערן זײַן סטאַדע,
מיט זײַן אָרעם װעט ער אײַנזאַמלען די לעמער,
און אין זײַן בוזעם זײ טראָגן;
די זײגעדיקע װעט ער פֿירן.
12װער האָט געמאָסטן די װאַסערן מיט זײַן האַנטפֿול,
און די הימלען מיט אַ שפּאַן אױסגעמאָסטן,
און באַפֿאַסט אין אַ דרײַטל דעם שטױב פֿון דער ערד,
און אָפּגעװױגן מיט אַ װאָג די בערג,
און די הײכן מיט װאָגשאָלן?
13װער האָט אָנגעװיזן דעם גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ}[4] פֿון ה׳?
און װער איז זײַן בַעַל-עצה װאָס האָט אים צוגעװײַזן?
14מיט װעמען האָט ער זיך מיועץ געװען,
װאָס האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטײן,
און אים געלערנט דעם װעג פֿון גערעכטיקײט,
און אים געלערנט קענשאַפֿט,
און דעם װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט אים געמאַכט װיסן?
15זע, פֿעלקער זײַנען װי אַ טריף פֿון אַן עמער,
און װי שטױב פֿון װאָגשאָלן זײַנען זײ גערעכנט;
זע, אינדזלען הײבט ער אױף װי אַ זעמדל.
16און דער לבֿנוֹן איז נישט גענוג ברענװאַרג,
און זײַנע חיות נישט גענוג בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}.
17אַלע פֿעלקער זײַנען װי גאָרניט קעגן אים,
פֿון נישט און גאָרנישט זײַנען זײ גערעכנט בײַ אים.
18און צו װעמען קענט איר צוגלײַכן אֵל?
און װאָסער געשטאַלט קענט איר אים גלײַך שטעלן?
19דעם געץ װאָס אַ מײַנסטער האָט אױסגעגאָסן,
און אַ שמעלצער ציט אים איבער מיט גאָלד,
און שמעלצט-צו קײטלעך פֿון זילבער?
20אַ שטײנדעמב װערט אױסגעקליבן,
האָלץ װאָס פֿױלט נישט װײלט מען אױס;
אַ קלוגן מײַנסטער זוכט מען זיך,
אױפֿצושטעלן אַ געץ װאָס זאָל זיך נישט װאַקלען.
21װײסט איר דען נישט?
הערט איר דען נישט?
איז אײַך פֿון אָנהײב אָן נישט דערצײלט געװאָרן?
פֿאַרשטײט איר נישט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד?
22ער איז דער װאָס זיצט איבער דעם צירקל פֿון דער ערד,
און אירע באַװױנער זײַנען װי הײשעריקן;
דער װאָס שפּרײט װי אַ טול די הימלען,
און ציט זײ אױס װי אַ געצעלט צום װױנען;
23דער װאָס פֿאַרקערט פֿירשטן צו ניװעץ,
װאָס מאַכט װי גאָרניט די ריכטער פֿון דער ערד.
24נאָך צו מאָל נישט אײַנגעפֿלאַנצט זײַנען זײ,
נאָך צו מאָל נישט פֿאַרזײט זײַנען זײ,
נאָך צו מאָל נישט אײַנגעװאָרצלט אין דער ערד זײער שטאַם,
און שױן טוט ער אַ בלאָז אױף זײ, און זײ װערן פֿאַרטריקנט,
און אַ שטורעם טראָגט זײ װי שטרױ אַװעק.
25און צו װעמען קענט איר מיך צוגלײַכן, איך זאָל גלײַך זײַן?
זאָגט דער הײליקער.
26הײבט אױף אין דער הײך אײַערע אױגן, און זעט:
װער האָט באַשאַפֿן די דאָזיקע?
ער, װאָס פֿירט אַרױס מיט אַ צאָל זײער חיל,
זײ אַלע רופֿט ער מיטן נאָמען;
דורך גרױס מאַכט, און װײַל ער איז שטאַרק אין כּוֹח,
איז קײנער נישט געמינערט.
27פֿאַר װאָס זאָלסטו זאָגן יעקבֿ,
און זאָלסטו רעדן, יִשׂרָאֵל:
פֿאַרבאָרגן איז מײַן װעג פֿון ה׳,
און פֿון מײַן ג-ט איז מײַן משפּט אַװעק.
28װײסטו דען נישט?
צי האָסטו נישט געהערט?
ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,
דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.
ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;
נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.
29ער גיט דעם מידן כּוֹח,
און דעם אוממאַכטיקן מערט ער שטאַרקײט.
30און יונגע לײַט װעלן מיד און מאַט װערן,
און יונגע װעלן שטרױכלען געשטרױכלט װערן;
31אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Corinthians 4 →

1דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט; 2נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳. 3אויב אבער אונדזער גוטע בשורה איז דאך פארהוילן, איז זי פארהוילן פון די, וועלכע ווערן פארלוירן; 4פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳. 5ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען. 6ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.

7מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז; 8פון אלע זייטן ווערן מיר געדריקט, אבער נישט דערדריקט; מיר זענען פארדאגהט, זענען זיך אבער נישט מיאש; 9מיר ווערן גערודפט, אבער נישט פארלאזן; מיר ווערן אנידערגעווארפן, אבער נישט פארלוירן ווערן; 10תמיד טראגן מיר ארום אין אונדזער לייב דאס שטארבן פון יהושען/ישוען, כדי דאס לעבן פון יהושען/ישוען זאל אנטפלעקט ווערן אין אונדזער גוף. 11ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש. 12אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך. 13און האבנדיק דעם זעלביקן גייסט פון אמונה, לויט וועלכן עס שטייט געשריבן; איך האב געגלויבט, דערפאר האב איך גערעדט (תהלים קטז, י.); גלויבן מיר אויך, און דעריבער רעדן מיר; 14וויסנדיק, אז דער וועלכער האט אויפגעוועקט דעם האר יהושע/ישוע (פון די טויטע), וועט אונדז אויך אויפוועקן צוזאמען מיט יהושען/ישוען און שטעלן מיט אייך. 15ווארום אלץ איז פאר אייערטוועגן, כדי דער חסד, וואס ווערט פארגרעסערט דורך א סך, זאל פארמערן דעם שבח צום כבוד פון ה׳.

16דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג. 17ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד; 18ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 39Isaiah 41 ►