AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 52
◄ Isaiah 51
Isaiah 52
יְשַעְיָה 52
Isaiah 53 ►
1דערװעק דיך, דערװעק דיך,
טו אָן דײַן שטאַרקײט, צִיוֹן;
טו אָן דײַנע פּראַכטיקע בגדים,
ירושָלַיִם, דו הײליקע שטאָט;
װאָרעם מער װידער װעט נישט קומען אין דיר
קײן עָרל און קײן טמא.
2שאָקל דיך אָפּ פֿון שטױב,
הײב דיך אױף, זעץ דיך, ירושָלַיִם;
מאַך דיר לױז די בינדשטריק פֿון דײַן האַלדז,
געפֿאַנגענע טאָכטער צִיוֹן.

3װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אומזיסט זײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און נישט פֿאַר געלט װעט איר אױסגעלײזט װערן.[1] 4װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: קײן מִצרַיִם האָט גענידערט מײַן פֿאָלק צוערשט, דאָרטן צו װױנען, און אשור האָט אים פֿאַר גאָרנישט געדריקט. 5און אַצונד, װאָס האָב איך דאָ, זאָגט ה׳, װען מײַן פֿאָלק איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿאַר אומזיסט? זײַנע געװעלטיקער רימען זיך, זאָגט ה׳, און תּמיד אַ גאַנצן טאָג װערט מײַן נאָמען געלעסטערט. 6דערום װעט מײַן פֿאָלק געװאָר װערן מײַן נאָמען; פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג – אַז איך בין דער װאָס רעדט; דאָ בין איך.

7װי שײן זײַנען אױף די בערג די פֿיס פֿון דעם מבֿשׂר
װאָס לאָזט הערן שלום,[2] װאָס איז מבֿשׂר גוטעם,
װאָס לאָזט הערן הילף:
װאָס זאָגט צו צִיוֹן: דײַן ג-ט טוט קיניגן.[3]
8האָרך! דײַנע װעכטער הײבן אױף זײער קֹול,
זײ זינגען אין אײנעם,
װאָרעם אױג אין אױג זעען זײ
װי ה׳ קערט זיך אום קײן צִיוֹן.
9ברעכט אױס, זינגט אין אײנעם,
איר חורבֿות פֿון ירושָלַיִם,
װאָרעם ה׳ האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק,
ער האָט אױסגעלײזט ירושָלַיִם.
10ה׳ האָט אַנטבלױזט זײַן הײליקן אָרעם[4]
פֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער,
און אַלע עקן פֿון דער ערד
װעלן זען די ישועה פֿון אלוקינו.
11טוט אײַך אָפּ, טוט אײַך אָפּ, גײט אַרױס פֿון דאָרטן,
אומרײנס זאָלט איר נישט אָנרירן;
גײט אַרױס פֿון איר מיט,
רײניקט אײַך, איר טרעגער פֿון די כּלים פֿון ה׳!
12פֿאַר װאָר, נישט אין אײַלעניש װעט איר אַרױס,
און נישט אין געלאַף װעט איר גײן;
װאָרעם אײַך פֿאַרױס גײט ה׳,
און אײַך נאָכבאַלײט אלוקי יִשׂרָאֵל.
13זע, באַגליקן װעט מײַן קנעכט {עֶבֶד},[5]
ער װעט זײַן דערהױבענעם און זײַן זײער[6] הױך.[7]
14אַזױ װי פֿיל[8] האָבן געגאַפֿט אױף דיר –
אַזױ פֿאַרקריפּלט, נישט פֿון אַ מענטשן איז געװען זײַן אױסזען {מַרְאֶה},[9]
און זײַן געשטאַלט נישט פֿון מענטשנקינדער –[10]
15אַזױ װעט ער באַשפּרענקלען {נזה}[11] פֿיל[12] פֿעלקער,[13]
מלכים װעלן צומאַכן זײער מױל פֿאַר אים;
װאָרעם װאָס זײ איז נישט דערצײלט געװאָרן,
װעלן זײ זען,
און װאָס זײ האָבן נישט געהערט[14]
װעלן זײ אָנקוקן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMatthew 28 →

1און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר. 2און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים. 3און זיין געשטאלט איז געווען ווי דער בליץ, און זיין קלייד ווייס ווי שניי; 4און פון מורא פאר אים האבן די היטער געציטערט, און זענען געווארן ווי מתים. 5און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן. 6ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן. 7און גייט גיך, און זאגט זיינע תלמידים, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע: און זע, ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארטן וועט איר אים זען. זע, איך האב עס אייך געזאגט. 8און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים. 9און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים. 10דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.

11און בשעת זיי זענען געגאנגען, זע, אייניקע פון דער וואך זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און דערציילט די הויפט כהנים אלץ, וואס איז געשען. 12און זיי האבן זיך פארזאמלט מיט די זקנים, און נאך דעם ווי זיי האבן זיך געהאלטן אן עצה, האבן זיי געגעבן די זעלנער געלט גענוג, 13און געזאגט: איר זאלט זאגן: זיינע תלמידים זענען געקומען ביינאכט, און האבן אים אוועקגעגנבעט, ווען מיר זענען געשלאפן. 14און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן. 15און זיי האבן גענומען דאס געלט, און געטאן ווי זיי זענען געלערנט געווארן. און די דאזיקע רייד האבן זיך פארשפרייט ביי יידן ביז צום היינטיקן טאג.

16די עלף תלמידים אבער זענען געגאנגען קיין גליל צו דעם בארג, וואואהין יהושע/ישוע האט זיי באשטימט. 17און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט. 18און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד. 19גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, 20און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 51Isaiah 53 ►