AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Leviticus 14
◄ Leviticus 13
Leviticus 14
וַיִּקְרָא 14
Leviticus 15 ►
מצוֹרע

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2דאָס זאָל זײַן דער דין פֿון מצוֹרע אין טאָג פֿון זײַן רײניקונג: ער זאָל געבראַכט װערן צום כּהן. 3און דער כּהן זאָל אַרױסגײן אױסן לאַגער, און אַז דער כּהן װעט זען, ערשט די פּלאָג פֿון צרעת איז פֿאַרהײלט {רפא}[1] אױפֿן מצוֹרע, 4זאָל דער כּהן הײסן מע זאָל נעמען פֿאַר דעם װאָס רײניקט זיך צװײ לעבעדיקע רײנע פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און רױטער פֿאָדעם, און אֵזוֹבֿ-גראָז. 5און דער כּהן זאָל הײסן מע זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. 6דעם לעבעדיקן פֿױגל, אים זאָל ער נעמען, און דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס רױטער פֿאָדעם, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען זײ און דעם לעבעדיקן פֿױגל אין דעם בלוט פֿון דעם פֿױגל װאָס איז געשאָכטן געװאָרן איבערן לעבעדיקן װאַסער. 7און ער זאָל שפּריצן[2] אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון דער צרעת, זיבן מאָל, און אים מאַכן רײן; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױפֿן פֿרײַען פֿעלד. 8און דער װאָס רײניקט זיך, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, און זיך באָדן אין װאַסער,[3] און װערן רײן; און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער, אָבער ער זאָל זיצן דרױסן פֿון זײַן געצעלט זיבן טעג. 9און עס זאָל זײַן אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, זײַן קאָפּ, און זײַן באָרד, און די ברעמען פֿון זײַנע אױגן – זײַנע גאַנצע האָר זאָל ער אָפּגאָלן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן[4] זײַן לײַב אין װאַסער,[5] און זײַן רײן.[6] 10און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער נעמען צװײ שעפּסן אָן אַ פֿעלער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, פֿאַרמישט מיט אײל, און אײן לוֹג אײל. 11און דער כּהן װאָס רײניקט[7], זאָל אַװעקשטעלן דעם מאַן װאָס רײניקט זיך, און זײ, פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 12און דער כּהן זאָל נעמען אײן שעפּס און אים ברענגען פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}[8] מיט דעם לוֹג אײל, און ער זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 13און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, אין אַ הײליקן אָרט; װאָרעם אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איז דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}[9] פֿאַרן כּהן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 14און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},[10] און דער כּהן זאָל אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס.

15און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם לוֹג אײל, און אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כּהן. 16און דער כּהן זאָל אײַנטונקען זײַן רעכטן פֿינגער אין דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, און שפּריצן פֿון דעם אײל מיט זײַן פֿינגער זיבן מאָל פֿאַר ה׳. 17און פֿון דעם רעשט אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך זאָל דער כּהן אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס, איבערן בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.[11] 18און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר ה׳. 19און דער כּהן זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון זײַן אומרײניקײט; און דערנאָך זאָל ער שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 20און דער כּהן זאָל אױסברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אױפֿן מזבח; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און ער װעט זײַן רײן.

21און אױב ער איז אָרים, און זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט, זאָל ער נעמען אײן שעפּס, אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},[12] פֿאַר אַן אױפֿהײבונג, מכַפּר צו זײַן אױף אים, און אײן צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און אַ לוֹג אײל; 22און צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, לױט װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײנע זאָל זײַן אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 23און ער זאָל זײ ברענגען אױפֿן אַכטן טאָג פֿון זײַן רײניקונג צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר ה׳. 24און דער כּהן זאָל נעמען דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},[13] און דעם לוֹג אײל, און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 25און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס[14] פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם};[15] און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס. 26און פֿון דעם אײל זאָל דער כּהן אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כּהן. 27און דער כּהן זאָל שפּריצן מיט זײַן רעכטן פֿינגער פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, זיבן מאָל פֿאַר ה׳. 28און דער כּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס, אין דעם אָרט פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.[16] 29און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, מכַפּר צו זײַן אױף אים פֿאַר ה׳. 30און ער זאָל מאַכן אײנע פֿון די טורטלטױבן, אָדער פֿון די יונגע טױבן – פֿון װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; 31אַזױ װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט – אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, מיט דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿאַר ה׳.

32דאָס איז דער דין פֿון דעם װאָס אױף אים איז די פּלאָג פֿון צרעת, װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט בײַ זײַן רײניקונג.

33און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:

34אַז איר װעט קומען אין לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב אײַך צום אײגנטום, און איך װעל ברענגען אַ פּלאָג פֿון צרעת אין אַ הױז פֿון דעם לאַנד פֿון אײַער אײגנטום, 35זאָל קומען דער װאָס דאָס הױז געהערט צו אים, און ער זאָל דערצײלן דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי אַן אױסשלאָג װײַזט מיר אױס אין הױז. 36און דער כּהן זאָל הײסן מע זאָל אױסראַמען דאָס הױז אײדער דער כּהן װעט קומען באַקוקן דעם אױסשלאָג, כּדי אַלץ װאָס אין הױז זאָל נישט װערן אומרײן; און דערנאָך זאָל דער כּהן קומען באַקוקן דאָס הױז. 37און אַז ער װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג,[17] ערשט דער אױסשלאָג אױף די װענט פֿון הױז איז גרינלעכע און רױטלעכע, און זײער אױסזען איז טיפֿער װי דער אויבערפֿלאַך פֿון דער װאַנט, 38זאָל דער כּהן אַרױסגײן פֿון הױז אין אײַנגאַנג פֿון הױז, און פֿאַרשליסן דאָס הױז אױף זיבן טעג. 39און דער כּהן זאָל צוריקקומען אױפֿן זיבעטן טאָג, און אַז ער װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף די װענט פֿון הױז, 40זאָל דער כּהן הײסן מע זאָל אַרױסנעמען די שטײנער װאָס אױף זײ איז דער אױסשלאָג, און מע זאָל זײ אַװעקװאַרפֿן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 41און דאָס הױז זאָל ער לאָזן אַרומהאַקן פֿון אינעװײניק רונד אַרום, און די לײם װאָס מע האַקט אױס, זאָל מען אױסשיטן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 42און מע זאָל נעמען אַנדערע שטײנער, און אַרײַנשטעלן אױף דעם אָרט[18] פֿון יענע שטײנער, און מע זאָל נעמען אַנדערע לײם, און פֿאַרקלעפּן דאָס הױז. 43און אױב דער אױסשלאָג װעט װידער אױסברעכן אין הױז נאָכדעם װי מע האָט אַרױסגענומען די שטײנער, און נאָכן אַרומהאַקן דאָס הױז, און נאָכן פֿאַרקלעפּן, 44און דער כּהן װעט קומען און זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין הױז, איז דאָס אַן עסיקע צרעת אין הױז; אומרײן איז דאָס. 45און מע זאָל צעברעכן דאָס הױז, זײַנע שטײנער, און זײַן האָלץ, און די גאַנצע לײם פֿון הױז, און אַרױסטראָגן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 46און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז אַלע טעג װאָס מע האַלט עס אָפּגעשלאָסן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 47און דער װאָס ליגט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס עסט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער. 48און אױב קומען װעט קומען דער כּהן און װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אין הױז נאָכן פֿאַרקלעפּן דאָס הױז, זאָל דער כּהן מאַכן דאָס הױז פֿאַר רײן, װאָרעם דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרהײלט {רפא}[19]. 49און ער זאָל נעמען אױף צו רײניקן דאָס הױז, צװײ פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און רױטער פֿאָדעם, און אֵזוֹבֿ-גראָז. 50און ער זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. 51און ער זאָל נעמען דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און דאָס רױטער פֿאָדעם, און דעם לעבעדיקן פֿױגל, און ער זאָל זײ אײַנטונקען אינעם בלוט פֿון דעם געשאָכטענעם פֿױגל, און אינעם לעבעדיקן װאַסער, און שפּריצן[20] אױפֿן הױז זיבן מאָל. 52און ער זאָל רײניקן דאָס הױז מיטן בלוט פֿון דעם פֿױגל, און מיטן לעבעדיקן װאַסער, און מיטן לעבעדיקן פֿױגל, און מיטן צעדערהאָלץ, און מיטן אֵזוֹבֿ-גראָז, און מיטן רױטער פֿאָדעם. 53און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױסן שטאָט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד; און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן הױז, און עס װעט זײַן רײן.

54דאָס איז דער דין פֿאַר יעטװעדער פּלאָג פֿון צרעת, און פֿאַר שלעכטע קרעץ, 55און פֿאַר צרעת פֿון אַ בגד, און פֿאַר אַ הױז, 56און פֿאַר אַ געשװילעכץ, און פֿאַר אַ גרינד, און פֿאַר אַ פֿלעק; 57כּדי צו לערנען װען עס איז אומרײן, און װען עס איז רײן. דאָס איז דער דין פֿון צרעת.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMark 1 →

1דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער. 2לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא:

זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים,
ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)
3א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר:
מאכט פארטיק דעם הארס וועג,
גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)

4יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד. 5און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד. 6און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק. 7און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך. 8איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.

9און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן. 10און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים; 11און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!

12און גלייך טרייבט אים דער גייסט אין דער מדבר אריין. 13און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט. 14און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳, 15און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!

16און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט. 17און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן! 18און גלייך האבן זיי פארלאזט די נעצן און האבן אים נאכגעפאלגט. 19און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן. 20און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים.

21און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט. 22און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים. 23און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן, 24אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים. 25און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים! 26און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס. 27און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים. 28און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.

29און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן. 30שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר. 31און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.

32און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער. 33און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר. 34און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.

35און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן. 36און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים; 37און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך! 38און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען. 39און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.

40און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן! 41און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין! 42און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין. 43און ער האט שארף צו אים גערעדט, האט אים תיכף אוועקגעשיקט, 44און זאגט צו אים: גיב אכטונג, זאלסט קיינעם גארנישט זאגן; נאר גיי ווייז דיך דעם כהן, און ברענג א קרבן פאר דיין רייניקונג, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי (ויקרא יד, א-לב.) 45ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Leviticus 13Leviticus 15 ►