1און נַעֲמָן דער חיל-לידער פֿון דעם מלך פֿון אַרָם איז געװען אַ גרױסער מאַן בײַ זײַן האַר, און אָנגעזען, װאָרעם דורך אים האָט ה׳ געגעבן אַ גרױסע ישועה צו אַרָם. און דער מאַן איז געװען אַ העלדישער גיבור, אָבער אַ מצוֹרע.
2און די אַרַמים זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין באַנדעס, און האָבן געפֿאַנגען פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל אַ קלײן מײדל; און זי האָט באַדינט נַעֲמָנס װײַב. 3האָט זי געזאָגט צו איר האַרינטע: הלװאַי איז מײַן האַר בײַ דעם נבֿיא װאָס אין שוֹמרוֹן; ער װאָלט אים דענצמאָל אױסגעהײלט פֿון זײַן צרעת.
4איז ער געקומען און האָט דערצײלט זײַן האַר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט גערעדט די מײדל װאָס פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל. 5האָט דער מלך פֿון אַרָם געזאָגט: קום גײ, און איך װעל שיקן אַ בריװ צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. איז ער געגאַנגען און ער האָט גענומען מיט זיך צען צענטנער זילבער, און זעקס טױזנט גאָלדשטיק, און צען גאַנג קלײדער. 6און ער האָט געבראַכט דעם בריװ צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: און אַצונד, װי דער דאָזיקער בריװ קומט צו דיר, אָט האָב איך דיר געשיקט מײַן קנעכט נַעֲמָנען, זאָלסטו אים אױסהײלן פֿון זײַן צרעת.
7און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט איבערגעלײענט דעם בריװ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט געזאָגט: בין איך דען האלֹקים צו טײטן און צו מאַכן לעבעדיק, אַז דער דאָזיקער שיקט צו מיר, צו הײלן אַ מענטש פֿון זײַן צרעת? יאָ, מערקט נאָר, איך בעט אײַך, און זעט, אַז אַן אױסרײד ער זוכט אַקעגן מיר.
8און עס איז געװען, װי אֶלישע דער מאַן פֿון ג-ט האָט געהערט אַז דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט צעריסן זײַנע קלײדער, האָט ער געשיקט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו צעריסן דײַנע קלײדער? זאָל ער אַקאָרשט קומען צו מיר, און ער װעט װיסן אַז עס איז דאָ אַ נבֿיא אין יִשׂרָאֵל.
9איז נַעֲמָן געקומען מיט זײַנע פֿערד און מיט זײַנע רײַטװעגן, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון אֶלישעס הױז.
10האָט אֶלישע געשיקט צו אים אַ שליח, אַזױ צו זאָגן: גײ, און זאָלסט זיך באָדן זיבן מאָל אין יַרדן, און דײַן לײַב װעט זיך אומקערן צו דיר, און װעסט װערן רײן.
11האָט נַעֲמָן געצערנט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט געזאָגט: זע, איך האָב געמײנט, אַרױסגײן װעט ער אַרױסגײן צו מיר, און װעט זיך אַװעקשטעלן און װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט, און פֿאָכן מיט זײַן האַנט אױף דעם אָרט, און אַװעקנעמען די צרעת. 12זײַנען נישט אַמָנָה און פַּרפַּר, די טײַכן פֿון דַמֶשֶׂק בעסער פֿון אַלע װאַסערן פֿון יִשׂרָאֵל? קען איך זיך נישט באָדן אין זײ, און װערן רײן? און ער האָט זיך אומגעקערט און איז אַװעקגעגאַנגען מיט גרימצאָרן.
13האָבן זײַנע קנעכט גענענט, און האָבן גערעדט און צו אים געזאָגט: מײַן פֿאָטער, אַז דער נבֿיא װאָלט דיר געהײסן אַ גרױסע זאַך, װאָלסטו דען נישט געטאָן? הײַנט װי אַז ער זאָגט דיר נאָר: באָד זיך, און װער רײן?
14האָט ער אַראָפּגענידערט און זיך געטוֹבֿלט[1] אין יַרדן זיבן מאָל,[2] אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט, און זײַן לײַב האָט זיך אומגעקערט אַזױ װי דער לײַב פֿון אַ קלײן ייִנגל,[3] און ער איז געװאָרן רײן.
15האָט ער זיך אומגעקערט צום מאַן פֿון ג-ט, ער מיט זײַן גאַנצער מחנה, און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: אָט אַצונד װײס איך אַז נישטאָ קײן ג-ט אױף דער גאַנצער ערד נאָר בלױז אין יִשׂרָאֵל. און אַצונד, נעם אָן, איך בעט דיך, אַ מתּנה פֿון דײַן קנעכט. 16האָט ער געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב איך װעל נעמען! און ער איז צוגעשטאַנען צו אים צו נעמען, אָבער ער האָט נישט געװאָלט. 17האָט נַעֲמָן געזאָגט: אױב דאָס נישט, זאָל, איך בעט דיך, געגעבן װערן דײַן קנעכט ערד, די משׂא פֿון צװײ מױלאײזלען; װאָרעם דײַן קנעכט װעט מער נישט מאַכן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אָדער שלאַכטאָפּפֿער צו אַנדערע ג‑טער נאָר בלױז צו ה׳. 18פֿאַר דער דאָזיקער זאַך זאָל ה׳ פֿאַרגעבן דײַן קנעכט: װען מײַן האַר קומט אין הױז פֿון רִמוֹן זיך דאָרטן צו בוקן, און ער איז אָנגעלענט אױף מײַן האַנט, און איך װעל זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, װען איך מוז זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, זאָל ה׳ פֿאַרגעבן דײַן קנעכט אין דער דאָזיקער זאַך. 19האָט ער צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים אַ שטרעק לאַנד.
20און גֵיחזי, דער יונג פֿון אֶלישע דעם מאַן פֿון ג-ט, האָט געזאָגט: אָט האָט מײַן האַר אָפּגעזאָגט דעם דאָזיקן נַעֲמָן דעם אַרַמי, אָנצונעמען פֿון זײַן האַנט דאָס װאָס ער האָט געבראַכט. אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז איך מוז אים נאָכלױפֿן, און נעמען פֿון אים עפּעס!
21און גֵיחזי האָט נאָכגעיאָגט נַעֲמָנען; און װי נַעֲמָן האָט געזען עמיצן לױפֿן נאָך אים, אַזױ איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון רײַטװאָגן אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: איז פֿריד? 22האָט ער געזאָגט: פֿריד. מײַן האַר האָט מיך געשיקט אַזױ צו זאָגן: אָט אַקאָרשט אַצונד זײַנען געקומען צו מיר צװײ יונגעלײַט פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, פֿון די יונגע נבֿיאים. גיב פֿאַר זײ, איך בעט דיך, אַ צענטנער זילבער און צװײ גאַנג קלײדער. 23האָט נַעֲמָן געזאָגט: באַװיליק, נעם צװײ צענטנער. און ער איז צוגעשטאַנען צו אים, און האָט אײַנגעבונדן צװײ צענטנער זילבער אין צװײ זעקלעך, און צװײ גאַנג קלײדער, און געגעבן צו צװײ פֿון זײַנע יונגען, און זײ האָבן עס געטראָגן אים פֿאַרױס. 24און װי ער איז געקומען צום בערגל, אַזױ האָט ער עס צוגענומען פֿון זײער האַנט, און באַהאַלטן אין הױז; און ער האָט אַװעקגעשיקט די מענטשן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען.
25און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן האַר. האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען, גֵיחזי? האָט ער געזאָגט: דײַן קנעכט איז אין ערגעץ נישט געגאַנגען. 26האָט ער צו אים געזאָגט: איז נישט מײַן האַרץ מיטגעגאַנגען װען אַ מאַן האָט זיך אומגעדרײט פֿון זײַן רײַטװאָגן דיר אַנטקעגן? איז דאָס אַ צײַט צו נעמען זילבער, און נעמען קלײדער, אָדער אײלבערטגערטנער און װײַנגערטנער, אָדער שאָף און רינדער, אָדער קנעכט און דינסטן? 27דערום זאָל נַעֲמָנס צרעת[4] זיך באַהעפֿטן אָן דיר און אָן דײַן זאָמען אױף אײביק. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים מצוֹרע [װײַס] װי שנײ.
1און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים. 2און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים. 3שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.
4און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט. 5און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח. 6און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן. 7ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן. 8און עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין יענער שטאט.
9און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס; 10וואס צו אים האבן זיך אלע צוגעהערט, פון קליין ביז גרויס, און געזאגט: דער דאזיקער (מאן) איז די קראפט פון ג-ט, וואס מען רופט די גרויסע. 11און זיי האבן זיך צוגעהערט צו אים, ווייל במשך פון א לענגערער צייט האט ער זיי דערשטוינט מיט די כישופים. 12ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען. 13און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.
14און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן; 15וועלכע, אראפקומענדיק, האבן מתפלל געווען פאר זיי, אז זיי זאלן באקומען דעם רוח הקודש. 16ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע. 17דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש. 18און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי, 19און געזאגט: גיט מיר אויך די דאזיקע מאכט, כדי ווען איך וועל ארויפלייגן די הענט אויף עמיצן, זאל ער באקומען דעם רוח הקודש. 20פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט. 21דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳. 22דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ. 23ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.) 24און שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: זייט איר מתפלל פאר מיר צום האר (ג‑ט), אז קיין זאך זאל נישט קומען אויף מיר, פון וועלכע איר האט גערעדט.
25און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.
26און א מלאך פון האר (ג‑ט) האט גערעדט צו פיליפוסן, אזוי צו זאגן: שטיי אויף, און גיי קיין דרום זייט אויף דעם וועג, וואס פירט אראפ פון ירושלים קיין עזה; דער זעלביקער איז וויסט. 27און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים; 28און אומקערנדיק זיך (אהיים), און זיצנדיק אויף זיין רייטוואגן, האט ער געלייענט (דאס ספר פון) דעם נביא ישעיה. 29און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן. 30און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט? 31האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים. 32און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע:
34און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן? 35און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען. 36און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה? 37האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער. 38און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה, 39און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג. 40פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.