AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 16
◄ Psalms 15
Psalms 16
תְּהִלִּים 16
Psalms 17 ►
1אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.
1 באַהיט מיך, אֵל,
װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
2האָסט געזאָגט צו ה׳: אֲדֹנָי ביסטו,
מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר.
3די הײליקע װאָס זײַנען אױף דער ערד,
זײ זײַנען די פֿירשטן װאָס אַל מײַן באַגער איז צו זײ.
4זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן;
איך װעל נישט גיסן זײערע גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ} פֿון בלוט,
און נישט נעמען זײערע נעמען אױף מײַנע ליפּן.
5ה׳ איז מײַן באַשערטער טײל און מײַן בעכער;
דו האַלטסט אױף מײַן גורל.
6חלקים זײַנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע,
יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.
7איך לױב ה׳, װאָס ער האָט מיר געראָטן,
יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײַנע נירן געלערנט.
8איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.
9דערום איז פֿרײלעך מײַן האַרץ, און לוסטיק מײַן זעל,
אױך מײַן לײַב רוט אין זיכערקײט.[1]
10װאָרעם דו װעסט נישט איבערלאָזן מײַן נפֿש אין דעס שְׁאֹול,
דו װעסט נישט לאָזן דײַן חָסִיד[2]
זען די פֿאַרדאָרבנקײט[3] {שַׁחַת}[4].
11װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;
אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים,
תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק[5].
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 15Psalms 17 ►