AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 55
◄ Psalms 54
Psalms 55
תְּהִלִּים 55
Psalms 56 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.
2 פֿאַרנעם, אלֹקים, מײַן תּפֿילה,
און זאָלסט זיך נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט.
3 האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר;
איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום,
4 פֿון דעם קֹול פֿון דעם פֿײַנט,
פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רשע;
װאָרעם זײ ברענגען אױף מיר אומגליק,
און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן.
5 מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר,
און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר.
6 אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר,
און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט.
7 און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב,
איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט.
8 אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט,
איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר.
סֶלָה.
9 איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונג
פֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם.
10 צעמיש, אֲדֹנָי, צעטײל זײער שפּראַך,
װאָרעם איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט.
11 טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן,
און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיטן.
12 פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיטן,
און פֿון איר מאַרק טוט זיך נישט אָפּ דריקונג און באַטרוג.
13 װאָרעם נישט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן –
דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן;
נישט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר –
פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן[1];
14 נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן,
מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער,
15 װאָס בײַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען,
גײן אין דעם הױז פֿון אלֹקים מיט געזעמל.
16 זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ,
זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול!
װאָרעם בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.
17 איך װעל רופֿן צו אלֹקים,
און ה׳ װעט מיך העלפֿן.
18 אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטן טאָג
װעל איך קלאָגן און װעל ברומען,
און ער טוט הערן מײַן קֹול.
19 ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל,
מע זאָל נישט גענענען צו מיר,
הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר.
20 אֵל װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן –
דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן.
סֶלָה.
װאָרעם נישטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ,
און זײ האָבן נישט מורא פֿאַר אלֹקים.
21 ער שטרעקט אױס זײַנע הענט
אױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים,
ער פֿאַרשװעכט זײַן ברית.
22 גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,
און זײַן האַרץ איז מלחמה;
װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,
אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
23 װאַרף אױף ה׳ דײַן לאַסט,
און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן;
ער װעט קײן מאָל נישט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק.
24 אָבער דו אלֹקים װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב,
די לײַט פֿון בלוט און באַטרוג
װעלן נישט אױסלעבן האַלב זײערע טעג;
און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Peter 5 →

1די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן: 2פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט; 3און אויך נישט ווי איר וואלט געהערשט איבער די ירושות, נאר ווערט פארבילדער פאר דער סטאדע. 4און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט. 5פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.) 6דערנידעריקט זיך דעריבער אונטער ה׳ס מעכטיקער האנט, כדי ער זאל אייך דערהייבן אין דער געהעריקער צייט! 7ווארפט אלע אייערע דאגות אויף אים, ווייל ער זארגט פאר אייערטוועגן. 8זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען; 9שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט. 10און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן. 11צו אים זאל זיין די הערשאפט לעלמי עולמים. אמן.

12דורך סילוואנוסן, דעם געטרייען ברודער, אזוי רעכן איך, האב איך אייך קורץ געשריבן, אייך מזהיר צו זיין און עדות צו זאגן, אז דאס איז דער ווארהאפטיקער חסד פון ה׳, אין וועלכן איר שטייט. 13עס גיט אייך אפ שלום די מיטאויסדערוויילטע קהלה אין בבל און מארקוס דער זון מיינער. 14גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א קוש פון ליבע. שלום צו אייך אלעמען, וועלכע זענען אינם משיח.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 54Psalms 56 ►