1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2ביז װאַנען װעט איר באַטריבן מײַן זעל,
און מיך צעדריקן {דכא}
[1] מיט װערטער?
3שױן צען מאָל אַז איר באַלײדיקט מיך,
איר שעמט אײַך נישט מיך צו פּײַניקן.
4און אַז איך האָב שױן יאָ פֿאַרזען,
װעט בײַ מיר דאָך בלײַבן מײַן פֿאַרזע.
5אױב איר װילט אין דער אמת זיך גרײסן קעגן מיר,
און מיר פֿאָרװאַרפֿן מײַן שאַנד,
6טאָ װײסט אַז אֱלוֹהַּ האָט מיך געקריװדעט,
און זײַן נעץ אַרומגעלײגט אַרום מיר.
7אָט שרײַ איך געװאַלט, און װער נישט געענטפֿערט,
איך רוף, און נישטאָ קײן גערעכטיקײט.
8מײַן װעג האָט ער פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט דורכגײן,
און אױף מײַנע שטעגן האָט ער אַ פֿינצטערניש אַרױפֿגעטאָן.
9מײַן כּבֿוד האָט ער אױסגעטאָן פֿון מיר,
און אַראָפּגענומען די קרױן פֿון מײַן קאָפּ.
10ער צעשטױסט מיך רונד אַרום, אַז איך פֿאַרגײ,
און ער האָט אױסגעריסן װי אַ בױם מײַן האָפֿענונג.
11און ער האָט אָנגעצונדן זײַן צאָרן
[2] אױף מיר,
און ער רעכנט מיך פֿאַר זײַנעם אַ שׂונא.
12אין אײנעם קומען אױף מיר זײַנע מחנות,
און זײ טרעטן אױס זײער װעג קעגן מיר,
און זײ לאַגערן אַרום מײַן געצעלט.
13מײַנע ברידער האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר,
און מײַנע באַקענטע זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿרעמדט פֿון מיר.
14מײַנע קרובֿים האַלטן זיך צוריק,
[3]
און מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיך פֿאַרגעסן.
15מײַנע הױזװױנער און מײַנע דינסטן רעכענען מיך פֿאַר אַ פֿרעמדן,
אַן אומבאַקענטער בין איך געװאָרן אין זײערע אױגן.
16איך רוף מײַן קנעכט, און ער ענטפֿערט נישט,
איך בעט זיך בײַ אים מיטן מױל.
17מײַן אָטעם איז צוּװידער מײַן װײַב,
און איך פֿאַרעקל מײַן ברידער.
18אַפֿילו ייִנגלעך פֿאַראַכטן מיך,
איך שטעל זיך, און זײ רעדן מיר אַקעגן.
19מיך פֿאַראומװערדיקן אַלע מײַנע פֿאַרטרױטע,
און די װאָס איך האָב ליב, קערן זיך קעגן מיר.
20צו מײַן הױט און צו מײַן פֿלײש
איז צוגעקלעפּט מײַן געבײן,
און איך בין אַרױס מיט די יאַסלעס פֿון מײַנע צײן.
21דערבאַרעמט אײַך אױף מיר,
דערבאַרעמט אײַך אױף מיר, איר חבֿרים מײַנע,
װאָרעם די האַנט פֿון אֱלוֹהַּ האָט מיך געטראָפֿן.
22פֿאַר װאָס רודפֿט איר מיך אַזױ װי אֵל,
און קענט זיך נישט אָנזעטן מיט מײַן פֿלײש?
23הלװאַי װערן נאָר אױפֿגעשריבן מײַנע װערטער!
הלװאַי װערן זי אין אַ בוך פֿאַרצײכנט!
24מיט אַן אײַזערנער פּען און בלײַ
אױף אײביק אין פֿעלדז אײַנגעהאַקט!
25װאָרעם איך װײס, מײַן אױסלײזער {גֹּואֵל}
[4] לעבט,
[5]
און דאָס ער װעט אין די לעצטע טעג אױפֿשטײן אױף דער ערד.
[6]
26און כאָטש די װאָרעם װעלן דערנאָך מײַנע הױט (און גוף) פֿאַרדאָרבן,
דאָך װעל איך אין מײַן פֿלײש ג-ט זען
[7]!
27אַז איך אַלײן זאָל זען פֿאַר מיר,
און מײַנע אױגן זאָלן אָנקוקן, און נישט קײן אַנדערער –
גײען אױס מײַנע נירן אין מײַן לײַב.
[8]
28װען איר זאָגט: װי װעלן מיר אים רודפֿן!
אַזױ װי דער װאָרצל פֿון דער זאַך װאָלט זיך געפֿונען אין מיר,
29האָט מורא פֿאַר דער שװערד,
װאָרעם מיט גרימצאָרן זײַנען די שטראָפֿן פֿון דער שװערד;
דערום זאָלט איר װיסן אַז אַ משפּט איז פֿאַראַן.