AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 31
◄ Job 30
Job 31
אִיובֿ 31
Job 32 ►
1אַ ברית האָב איך געשלאָסן {כרת}[1] מיט מײַנע אױגן;
און װאָס זאָל איך קוקן אױף אַ יונגפֿרױ?
2װאָרעם װאָס איז דער חלק פֿון אֱלוֹהַּ פֿון אױבן,
און די אַרב פֿון (אֵל) שַדַי פֿון דער הײך?
3אױב נישט אַ בראָך פֿאַרן פֿאַרברעכער,
און אומגליק פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט?
4זעט ער דען נישט אַלע מײַנע װעגן,
און צײלט אַלע מײַנע טריט?
5אױב איך בין אומגעגאַנגען מיט ליגן,
און געאײַלט צו באַטרוג האָט מײַן פֿוס –
6זאָל ער מיך װעגן אױף ריכטיקע װאָגשאָלן,
און אֱלוֹהַּ װעט װיסן מײַן אומשולד –
7אױב מײַן טריט האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג,
און נאָך מײַנע אױגן איז געגאַנגען מײַן האַרץ,
און אין מײַנע הענט האָט זיך אָנגעקלעפּט אַ פֿלעק,
8זאָל איך זײען, און אַן אַנדערער זאָל עסן,
און מײַנע שפּראָצונגען זאָלן אױסגעװאָרצלט װערן.
9אױב מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך אַ פֿרױ,
און איך האָב געלױערט בײַ דער טיר פֿון מײַן חבֿר,
10זאָל מאָלן פֿאַר אַן אַנדערן מײַן װײַב,
און אַנדערע זאָלן קניִען איבער איר.
11װאָרעם דאָס איז אַ שענדלעכקײט,
און דאָס איז אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן.
12װאָרעם דאָס איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט ביז אונטערגאַנג,
און מײַן גאַנצע תּבֿואה װאָלט עס אױסגעװאָרצלט.
13אױב איך פֿלעג פֿאַראַכטן דאָס רעכט פֿון מײַן קנעכט און מײַן דינסט
אין זײער קריג מיט מיר –
14װאָס װאָלט איך דען געטאָן, אַז אֵל זאָל אױפֿשטײן?
און אַז ער װאָלט געמאָנט, װאָס װאָלט איך אים געענטפֿערט?
15האָט נישט דער װאָס האָט מיך אין מוטערלײַב באַשאַפֿן, אים באַשאַפֿן?
און דער אײגענער אים אין טראַכט געפֿורעמט?
16אױב איך פֿלעג פֿאַרמײַדן דעם פֿאַרלאַנג פֿון די אָרימע,
און די אױגן פֿון דער אַלמנה לאָזן אױסגײן;
17אָדער איך פֿלעג עסן מײַן ביסן אַלײן,
און דער יתום האָט דערפֿון נישט געגעסן –
18נײן, פֿון מײַן יוגנט אָן איז ער אױפֿגעװאַקסן
בײַ מיר װי בײַ אַ פֿאָטער,
און פֿון מײַן מוטערלײַב אָן פֿלעג איך זי פֿירן.
19אױב איך פֿלעג צוזען אַן אומגליקלעכן אָן אַ מלבוש
און אָן אַ צודעק דעם אבֿיון;
20אױב זײַנע לענדן האָבן מיך נישט געבענטשט,
װײַל מיטן אָפּשער פֿון מײַנע שאָף פֿלעגט ער זיך דערװאַרעמען;
21אױב איך האָב געהױבן אױף אַ יתום מײַן האַנט,
װײַל איך פֿלעג זען מײַנע העלפֿער אין טױער,
22זאָל מײַן אַקסל פֿון זײַן נאַקן אַראָפּפֿאַלן,
און מײַן אָרעם זאָל פֿון געלענק אױסגעבראָכן װערן.
23װאָרעם דער בראָך פֿון אֵל איז געװען מײַן שרעק,
און פֿון װעגן זײַן גרױסקײט פֿלעג איך זיך נישט דערװעגן.
24אױב איך האָב געמאַכט גאָלד מײַן האָפֿענונג,
און אױף גינגאָלד געזאָגט מײַן בטחון;
25אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען װײַל מײַן פֿאַרמעג איז גרױס,
און װײַל מײַן האַנט האָט דערגרײכט אַ סך;
26אױב איך פֿלעג צוקוקן די זון װי זי שײַנט,
אָדער די לבֿנה פּראַכטיק גײענדיק,
27און מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,
און מײַן מױל האָט געקושט מײַן האַנט;
28װאָלט דאָס אױך געװען אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן,
װאָרעם איך װאָלט געלײקנט אָן אֵל אין דער הײך.
29אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען אױף דעם בראָך פֿון מײַן שׂונא,
און בין געװען אױפֿגעראַמט אַז אים האָט געטראָפֿן בײז –
30אַז איך האָב צו מאָל נישט געלאָזט מײַן גומען זינדיקן,
צו בעטן אַ קללה אױף זײַן לעבן –
31אױב די מענטשן פֿון מײַן געצעלט האָבן נישט געזאָגט:
װער קען װײַזן אײנעם װאָס האָט זיך נישט אָנגעזעט מיט פֿלײש בײַ אים? –
32אױף דער גאַס פֿלעגט נישט נעכטיקן אַ פֿרעמדער,
מײַנע טירן צום װעג פֿלעג איך עפֿענען –
33אױב איך האָב פֿאַרדעקט
אַזױ װי אָדָם (הראשון) מײַנע פֿאַרברעכן,
צו באַהאַלטן אין מײַן בוזעם מײַן זינד,
34װײַל איך פֿלעג מורא האָבן פֿאַרן גרױסן המון,
און די פֿאַראַכטונג פֿון משפּחות פֿלעגט מיך שרעקן,
און איך האָב געשװיגן און בין פֿון טיר נישט אַרױס –
35הלװאַי קריג איך ער זאָל מיר צוהערן!
אָט איז מײַן אונטערשריפֿט, זאָל (אֵל) שַדַי מיר ענטפֿערן,
און אַ געשריפֿטס זאָל אָנשרײַבן מײַן בַעַל-דין.
36פֿאַר װאָר, איך װעל עס אױף מײַן אַקסל טראָגן!
איך װעל עס מיר אָנבינדן אַזױ װי אַ קרױן.
37די צאָל פֿון מײַנע טריט װעל איך אים דערצײלן;
אַזױ װי אַ פֿירשט װעל איך צו אים גענענען.
38אױב מײַן ערד שרײַט אױס קעגן מיר,
און אַלע אירע בײטן װײנען;
39אױב איר קראַפֿט האָב איך געגעסן אָן געלט,
און די נשמה פֿון אירע אַרבעטער געלאָזט אױסהױכן,
40זאָל אַנשטאָט װײץ אױפֿגײן אַ דאָרן.
און אַנשטאָט גערשט װילדגעװעקס.

געענדיקט די װערטער פֿון אִיובֿן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 30Job 32 ►