AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 22
◄ Job 21
Job 22
אִיובֿ 22
Job 23 ►

1האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:

2ברענגט דען דער מענטש אַ נוץ אֵל?
נײַערט זיך אַלײן ברענגט אַ נוץ דער פֿאַרשטאַנדיקער.
3האָט (אֵל) שַדַי אַ טובֿה אַז דו ביסט אַ צדיק?
אָדער אַ געװין אַז דו ביסט ערלעך אין דײַנע װעגן?
4צי װעגן דײַן יִרְאַת (אלֹקים) שטראָפֿט ער דיך,
און גײט צום משפּט מיט דיר?
5איז נישט דײַן שלעכטיקײט גרױס,
און אָן אַ שיעור דײַנע זינד?
6װאָרעם פֿלעגסט נעמען אַ משכּון בײַ דײַנע ברידער אומזיסט,
און די בגדים פֿון די נאַקעטע פֿלעגסטו אױסטאָן.
7אַ טרונק װאַסער דעם פֿאַרשמאַכטן פֿלעגסטו נישט געבן,
און פֿון דעם הונגעריקן פֿלעגסטו פֿאַרמײַדן ברױט.
8יאָ, דעם מאַן מיטן אָרעם, אים געהערט די ערד,
און דער אָנגעזעענער, ער מעג װױנען אױף איר.
9אַלמנות האָסטו אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן,
און די אָרעמס פֿון יתומים פֿלעגן צעדריקט {דכא}[1] װערן.
10דערום זײַנען נעצן רונד אַרום דיר,
און דיך שרעקט אַ פּלוצימדיקער פַּחד,
11אָדער אַ פֿינצטערניש, אַז דו קענסט נישט זען,
און אַ פֿלײצונג װאַסער פֿאַרדעקט דיך.
12פֿאַר װאָר, אֱלוֹהַּ איז אין דער הײך פֿון די הימלען,
און זע, די העכסטע שטערן װי דערהױבן זײ זײַנען;
13און דו זאָגסט: װאָס װײס אֵל?
צי קען ער דורכן נעבל משפּטן?
14װאָלקנס זײַנען אים אַ פֿאַרבאָרגעניש, און ער זעט נישט,
און איבער דעם צירקל פֿון הימל גײט ער אום.
15װילסטו אָנהאַלטן דעם אַלטן װעג,
װאָס די לײַט פֿון אומרעכט האָבן געטרעטן?
16די װאָס זײַנען אײַנגעגאַנגען פֿאַר דער צײַט,
װאָס זײער גרונטפֿעסט איז װי אַ טײַך צערונען געװאָרן;
17די װאָס האָבן געזאָגט צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז!
און װאָס קען זײ טאָן (אֵל) שַדַי?
18בעת ער האָט אָנגעפֿילט זײערע הײַזער מיט גוטס –
יאָ, די טראַכטונג פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר. –
19די גערעכטע האָבן געזען, און זיך געפֿרײט,
און דער אומשולדיקער האָט געשפּעט פֿון זײ:
20פֿאַר װאָר, פֿאַרטיליקט געװאָרן איז זײער באַשטאַנד,
און זײער שפֿע האָט פֿאַרצערט דאָס פֿײַער.
21באַקען זיך נאָר מיט אים, און זײַ אין פֿריד –
דורך דעם װעט דיר אָנקומען גוטס.
22נעם נאָר צו לערנונג פֿון זײַן מױל,
און טו אַרײַן זײַנע װערטער אין דײַן האַרצן.
23אַז דו װעסט זיך אומקערן צום (אֵל) שַדַי,
װעסטו אױפֿגעריכט װערן –
אַז דו װעסט דערװײַטערן אומרעכט פֿון דײַנע געצעלטן.
24און װאַרף אין שטױב דאָס גאָלדאַרץ,
און צװישן געשטײן פֿון די טאָלן דאָס אוֹפֿיר-גאָלד;
25און (אֵל) שַדַי זאָל זײַן דײַן גאָלדאַרץ,
און קרוּװעס זילבער בײַ דיר.
26װאָרעם דענצמאָל װעסטו מיטן (אֵל) שַדַי זיך קװיקן,
און װעסט אױפֿהײבן צו אֱלוֹהַּ דײַן פּנים.
27װעסט בעטן צו אים, און ער װעט דיך צוהערן,
און דײַנע נדרים װעסטו באַצאָלן.
28און װעסט באַשליסן אַ זאַך, און זי װעט דיר צו שטאַנד קומען,
און אױף דײַנע װעגן װעט שײַנען אַ ליכטיקײט.
29אַז מע האָט דיך דערנידערט, האָסטו געזאָלט זאָגן:
עס איז אַ דערהײבונג;
װאָרעם ער העלפֿט דעם װאָס האַלט נידעריק די אױגן.
30װוּ אַן אומשולדיקן מאַכט ער אַנטרינען,
און װעסט אַנטרונען װערן דורך דער רײנקײט פֿון דײַנע הענט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 21Job 23 ►