AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 7
◄ Genesis 6
Genesis 7
בְּרֵאשִׁית 7
Genesis 8 ►

1און ה׳ האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרעם דיך האָב איך געזען גערעכט[1] פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור. 2פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר נעמען צו זיבן און זיבן, איטלעכס מיט זײַן פּאָר; און פֿון די בהמות װאָס זײ זײַנען נישט רײן, צו צװײ, איטלעכס מיט זײַן פּאָר. 3אױך פֿון די פֿױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן, אַן ער און אַ זי, כּדי צו דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 4װאָרעם אין זיבן טעג אַרום, מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס איך האָב געמאַכט, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 5און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן.

6און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט, װען דער מבול איז געװען אױף דער ערד. 7און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. 8פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען נישט רײן, און פֿון די פֿױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, 9זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי אלֹקים האָט באַפֿױלן נֹחן.

10און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד. 11אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס לעבן, אין צװײטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אין דעם דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּהום, און די פֿענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפֿנט. 12און דער רעגן איז געװען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.

13אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג זײַנען אַרײַנגעגאַנגען נֹח, און שֵם, און חָם, און יֶפֶֿת, נֹחס זין, און נֹחס װײַב, און די דרײַ װײַבער פֿון זײַנע זין מיט זײ, אין דער תּבֿה; 14זײ, און אַלע חיות לױט זײערע מינים, און אַלע בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים, און אַלע עוֹפֿות לױט זײערע מינים, איטלעך פֿױגל, איטלעך געפֿליגל. 15און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, צו צװײ, צו צװײ פֿון אַלע לײַבער װאָס אין זײ איז דאָ אַ גײַסט פֿון לעבן. 16און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן; און ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים.

17און דער מבול איז געװען פֿערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד. 18און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אײבערפֿלאַך פֿון די װאַסערן. 19און די װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן הימל. 20פֿופֿצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט, און די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן. 21און עס איז אומגעקומען יעטװעדער לײַב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ אַ חיה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש; 22אַלץ װאָס אין זײַנע נאָזלעכער איז געװען אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן גײַסט, אַלץ װאָס אױף דער יבשה, איז געשטאָרבן. 23און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה. 24און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט און פֿופֿציק טעג.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 17 →

1און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: עס איז אומפארמיידלעך, אז מיכשולים זאלן נישט קומען; וויי איז אבער צו דעם, דורך וועמען זיי קומען! 2עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע. 3גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין. 4און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן.

5און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן! 6און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט. 7ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש? 8צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען? 9צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן? 10און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!

11און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל. 12און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; 13און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז! 14און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. 15איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, 16און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. 17און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? 18צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? 19און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!

20און ווען ער איז געפרעגט געווארן פון די פרושים, ווען דאס קעניגרייך פון ה׳ קומט, האט ער זיי געענטפערט און געזאגט: דאס קעניגרייך קומט נישט אויף א באשיימפערלעכן אופן; 21מען וועט נישט זאגן: זע, דא איז עס, אדער דארטן! ווארום זע, דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אינעווייניק אין אייך.

22צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען. 23און מען וועט זאגן צו אייך: זע, דארטן! זע, דא! גייט נישט אהין, און לויפט זיי נישט נאך. 24ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם. 25קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור. 26און אזוי ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון נוח, אזוי וועט אויך זיין אין די טעג פון דעם בר אנש: 27מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט חתונה געהאט, מען האט חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגעגאנגען אין דער תיבה, און דאס מבול איז געקומען, און האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית ו.) 28פונקט ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון לוט: מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט געקויפט, מען האט פארקויפט, מען האט געפלאנצט, מען האט געבויט; 29אין דעם טאג אבער, ווען לוט איז ארויסגעגאנגען פון סדום, האט עס גערעגנט מיט פייער און שוועבל פון הימל, און עס האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית יט, כד-כו.) 30אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן. 31אין יענעם טאג, ווער עס וועט זיין אויפן דאך, און די כלים זיינע אין הויז, זאל ער נישט אראפגיין זיי נעמען: און אויך אזוי, ווער עס וועט זיין אין פעלד, דער זאל זיך נישט אומקערן צוריק. 32געדענקט לוטס ווייב! 33ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן, און ווער עס וועט עס פארלירן, דער וועט עס לעבעדיק דערהאלטן. 34איך זאג אייך, אין דער זעלביקער נאכט וועלן צוויי זיין אין איין בעט, דער איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן. 35צוויי (פרויען) וועלן מאלן צוזאמען; די איינע וועט אוועקגענומען ווערן, די אנדערע אבער וועט איבערגעלאזט ווערן. 36צוויי וועלן זיין אין פעלד; איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן.

37און ענטפערנדיק זאגן זיי צו אים: וואו, האר? און ער האט צו זיי געזאגט: וואו דאס פגר איז, דארטן וועלן זיך אויך די אדלערס פארזאמלען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 6Genesis 8 ►