AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 21
◄ Job 20
Job 21
אִיובֿ 21
Job 22 ►

1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

2הערן הערט צו מײַן װאָרט,
און זאָל דאָס זײַן אײַערע טרײסטונגען.
3לאָזט מיך אַז איך זאָל רעדן;
און נאָך מײַן רעדן װעסטו אָפּלאַכן.
4איז קעגן אַ מענטשן מײַן קלאָג?
און פֿאַר װאָס זאָל נישט קורץ װערן מײַן געמיט?
5קערט זיך צו מיר, און װערט באַנומען,
און טוט אַרױף די האַנט אױפֿן מױל.
6אַז װי איך דערמאָן זיך אַזױ װער איך דערשראָקן,
און מײַן לײַב נעמט אָן אַ שױדער.
7פֿאַר װאָס לעבן די רשעים,
עלטערן זיך, און זײַנען שטאַרק אין קראַפֿט?
8זײער זאָמען שטײט פֿעסט פֿאַר זײער פּנים בײַ זײ,
און זײערע שפּראָצן פֿאַר זײערע אױגן.
9זײערע הײַזער זײַנען בשלום, אָן אַנגסט,
און די רוט פֿון אֱלוֹהַּ איז נישט אױף זײ.
10זײַן אָקס באַפֿרוכפּערט און פֿאַרפֿעלט נישט,
זײַן קו קעלבט זיך און פֿאַרװאַרפֿט נישט.
11זײ שיקן אַרױס װי שאָף זײער יונגװאַרג,
און זײערע קינדער טאַנצן אַרום.
12זײ זינגען מיט פּױק און האַרף,
און פֿרײען זיך צום קֹול פֿון דער פֿלײט.
13זײ פֿאַרברענגען אין גוטס זײערע טעג,
און רויִק נידערן זײ אין שְׁאֹול.
14און זײ זאָגן צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז,
און מיר װילן נישט װיסן פֿון דײַנע װעגן.
15װאָס איז (אֵל) שַדַי, אַז מיר זאָלן אים דינען?
און װאָס װעלן מיר נוצן, אַז מיר װעלן בעטן צו אים? –
16זײער גוטס איז דאָך נישט אין זײער האַנט;
דער באַראָט פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר.
17װי אָפֿט איז דאָס אַז דאָס ליכט פֿון רשעים זאָל פֿאַרלאָשן װערן,
און עס זאָל קומען אױף זײ אַ בראָך?
ער זאָל זײ אױסטײלן יסורים אין זײַן צאָרן?
18זײ זאָלן װערן װי שטרױ פֿאַרן װינט,
און װי שפּרײ װאָס דער שטורעם גנבֿעט אים אַװעק?
19אֱלוֹהַּ באַהאַלט זײַן אומרעכט פֿאַר זײַנע קינדער –
זאָל ער אים אַלײן באַצאָלן אַז ער זאָל װיסן.
20זאָלן זײַנע אױגן זען זײַן אומגליק,
און פֿון גרימצאָרן פֿון (אֵל) שַדַי זאָל ער טרינקען.
21װאָרעם װאָס קימערט אים זײַן הױזגעזינט נאָך אים,
װען די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז געענדיקט?
22קען מען אֵל לערנען פֿאַרשטאַנדיקײט,
אַז ער משפּט די העכסטע?
23דער שטאַרבט אין זײַן רעכטער שטאַרקײט,
אין גאַנצן רויִק און בשלװה;
24זײַנע עמערס זײַנען פֿול מיט מילך,
און דער מאַרך פֿון זײַנע בײנער איז געזעפֿטיקט.
25און דער שטאַרבט אין אַ ביטער נפֿש,
און האָט נישט פֿאַרזוכט קײן גוטס.
26אין אײנעם אין שטױב ליגן זײ,
און װערעם דעקן זײ צו.
27איך װײס דאָך אײַערע מחשבֿות,
און װי איר קליגט זיך מיט געװאַלט אַקעגן מיר,
28אַז איר זאָגט: װוּ איז דאָס הױז פֿון דעם שׂרָרה?
און װוּ דאָס געצעלט פֿון דעם רָשעס װױנונג?
29האָט איר נישט געפֿרעגט בײַ די װעגפֿאָרער?
איר װעט דאָך נישט פֿאַרלײקענען זײערע באַװײַזן,
30אַז אין דעם טאָג פֿון בראָך װערט געשױנט דער שלעכטער,
אין דעם טאָג װען שטראָפֿן װערן געבראַכט.
31װער זאָגט אים אין פּנים זײַן װעג?
און װאָס ער האָט געטאָן װער באַצאָלט אים?
32װאָרעם ער װערט געבראַכט צו קבֿורה,
און אױפֿן בערגל פּאַסט מען אױף.
33זיס זײַנען אים די שטיקער ערד פֿון טאָל,
און נאָך אים ציִען זיך אַלע מענטשן,
און אים פֿאַרױס אָן אַ צאָל.
34און װי װילט איר מיך טרײסטן מיט גאָרנישט,
אַז אײַערע תּשובֿות בלײַבן אַן אָפּנאַר?
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 20Job 22 ►