AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 36
◄ Job 35
Job 36
אִיובֿ 36
Job 37 ►
1און אֶליהוא האָט װײַטער געזאָגט:
2װאַרט מיר אַ װײַלע, און איך װעל דיר זאָגן,
װאָרעם פֿאַראַן נאָך װערטער װעגן אֱלוֹהַּ.
3איך װעל אױפֿהײבן מײַן געדאַנק װײַט אַהין,
און מײַן באַשעפֿער װעל איך געבן גערעכטיקײט.
4װאָרעם פֿאַר װאָר, נישט פֿאַלש זײַנען מײַנע װערטער,
אױפֿריכטיק אין געדאַנקען בין איך צו דיר.
5זע, אֵל איז מאַכטיק, אָבער ער פֿאַראַכט קײנעם נישט;
ער איז מאַכטיק אין כּוֹח פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
6ער לאָזט נישט דעם רשע בלײַבן לעבן,
און גיט די אָרימע זײער רעכט.
7ער נעמט נישט אַראָפּ זײַנע אױגן פֿון דעם צדיק;
און מיט מלכים אױפֿן טראָן זעצט ער זײ אױף אײביק,
און זײ װערן דערהײכט.
8און אױב זײ זײַנען געשמידט אין קײטן,
באַצװוּנגען אין שטריק פֿון פּײַן,
9רעדט ער זײ אױס זײער טוּונג,
און זײערע פֿאַרברעכן װען זײ שטאַרקן זיך.
10ער אַנטפּלעקט זײער אױער פֿאַר מוסר[1],
און הײסט, אַז זײ זאָלן זיך אומקערן פֿון אומרעכט.
11אױב זײ הערן, און דינען,
ענדיקן זײ זײערע טעג אין גוטס,
און זײערע יאָרן אין נַחַת.
12און אױב זײ הערן נישט, קומען זײ אום דורכן שװערד,
און פֿאַרגײען אָן פֿאַרשטאַנדיקײט.
13אָבער די זינדיקע אין האַרצן לײגן אָן צאָרן;
זײ שרײַען נישט צו אים װען ער בינדט זײ.
14אין יוגנט שטאַרבט זײער זעל,
און זײער לעבן – װי די שאַנדיונגען.
15ער ראַטעװעט דעם געדריקטן דורך זײַן געדריקטקײט,
און אַנטפּלעקט דורך דער נױט זײער אױער.
16און אױך דיך װאָלט ער אַרױסגעצױגן פֿון דער קלעם,
אין דערברײטערניש װוּ קײן ענגשאַפֿט איז נישטאָ;
און דאָס געדעק פֿון דײַן טיש װאָלט פֿול זײַן מיט פֿעטקײט.
17װײַל אָבער ביסט פֿול מיט דער טענה פֿון דעם רשע
האַלט דיך דער משפּט און די גערעכטיקײט.
18פֿאַר װאָר, עס איז דאָ צאָרן, אַזױ היט זיך אַז דו זאָלסט נישט אַװעקגענומען װערן מיט אַ שלאָג,
װאָס אַפֿילו אַ גרױסע אױסלײזונג װעט דיך נישט דערפֿון קענען באַפֿרײַען.
19זאָל ער דען שאַצן דײַן רײַכטום?
נײן, קײן שום גאָלד און קײן שום כּוֹח.
20זאָלסט נישט געלוסטן די נאַכט,
װען פֿעלקער װערן פֿאַרשװוּנדן אױפֿן אָרט.
21היט זיך זאָלסט זיך נישט קערן צו אומרעכט,
הגם דו װאָלסט דאָס אױסדערװײלט אײדער פּײַן.
22זע, אֵל איז דערהױבן אין זײַן שטאַרקײט;
װער איז אַזאַ לערער װי ער?
23װער האָט אים באַפֿױלן זײַן װעג?
און װער קען זאָגן: דו טוסט אַן עװלה?
24געדענק, אַז דו זאָלסט גרײסן זײַן װערק
װאָס מענטשן האָבן באַזונגען.
25אַלע מענטשנקינדער האָבן עס געזען,
דער מענטש קוקט עס אָן פֿון דער װײַטן.
26זע, אֵל איז גרױס, און מיר פֿאַרשטײען נישט,
די צאָל פֿון זײַנע יאָרן איז נישט צו דערפֿאָרשן.
27װאָרעם ער ציט אָפּ די טראָפּנס װאַסער,
זײ זאָלן זײַען רעגן פֿון זײַן נעפּל;
28װען די הימלען פֿליסן,
און טריפֿן אױף מענטשן אַ סך.
29יאָ, צי פֿאַרשטײט מען די שפּרײטונגען פֿון װאָלקן,
די געפּילדערס פֿון זײַן געצעלט?
30זע, ער שפּרײט אױס דערױף זײַן ליכט;
און די װאָרצלען פֿון ים דעקט ער צו.
31װאָרעם דערמיט משפּט ער פֿעלקער,
גיט ער שפּײַז אין שפֿע.
32ער שפּרײט אױס אױפֿן הימלװעלב דעם בליץ,
און באַפֿעלט אים ער זאָל טרעפֿן.
33עס זאָגט אָן װעגן אים
דער צאָרן, דער כּעס פֿון דעם שטורעם.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 35Job 37 ►