AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 35
◄ Job 34
Job 35
אִיובֿ 35
Job 36 ►

1און אֶליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:

2רעכנסטו דאָס פֿאַר רעכט, אַז דו זאָגסט:
איך בין גערעכטער פֿון אֵל?
3װען דו זאָגסט: װאָס קומט דיר אַרױס?
װאָסער נוץ האָב איך דערפֿון מער װי פֿון מײַן זינדיקן?
4װעל איך דיר ענטפֿערן װערטער,
און דײַנע חבֿרים מיט דיר.
5לוג צו די הימלען, און זע,
און קוק אױף די װאָלקנס װאָס זײַנען הױך איבער דיר.
6אַז דו זינדיקסט, װאָס װירקסטו אױף אים?
און זײַנען פֿיל דײַנע פֿאַרברעכן, װאָס טוסטו אים?
7אַז דו ביסט גערעכט, װאָס גיסטו אים?
אָדער װאָס נעמט ער פֿון דײַן האַנט?
8אַ מאַן װי דו גײט אָן דײַן שלעכטיקײט,
און אַ מענטשנקינד דײַן גערעכטיקײט.
9פֿון װעגן די פֿיל רױבערײַען שרײַט מען,
מע קלאָגט זיך װעגן דעם אָרעם פֿון די שטאַרקע,
10און מע זאָגט נישט: װוּ איז אֱלוֹהַּ מײַן באַשעפֿער,
װאָס גיט געזאַנגען אין דער נאַכט;
11װאָס לערנט אונדז מער פֿון בהמות פֿון דער ערד,
און מאַכט אונדז קליגער פֿון פֿױגל פֿון הימל?
12אָן שרײַט מען, און ער ענטפֿערט נישט,
װעגן דער האָפֿערדיקײט פֿון די רשעים.
13אָבער פֿאַלש איז, אַז אֵל הערט נישט צו,
און (אֵל) שַדַי קוקט עס נישט אָן.
14הגם דו זאָגסט, דו קענסט אים נישט זען,
איז דער משפּט פֿאַר אים,
און דאַרפֿסט האַרן אױף אים.
15און אַצונד, האָט דען פֿאַר גאָרנישט געשטראָפֿט זײַן צאָרן?
און װײס ער נישט װױל פֿון דער מוטװיליקײט?
16אָבער אִיובֿ עפֿנט מיט נאַרישקײט זײַן מױל,
אָן פֿאַרשטאַנדיקײט מערט ער װערטער.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 34Job 36 ►