AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 1
◄ Psalms 150
Proverbs 1
מִשְׁלֵי 1
Proverbs 2 ►

1די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;

2כּדי צו װיסן חכמה און מוסר[1],
צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;
3צו נעמען דעם מוסר[2] פֿון קלוגשאַפֿט,
גערעכטיקײט און רעכט און יושר;
4צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,
דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;
5דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,
און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;
6צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה,
די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.
7דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט {דַּעַת}[3] איז מורא פֿאַר ה׳,
אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר[4].
8הער צו, מײַן זון, דעם מוסר[5] פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;
9װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ,
און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.
10מײַן זון, אַז די זינדיקע װעלן דיך אָנרעדן,
זאָלסטו נישט אײַנװיליקן.
11אַז זײ װעלן זאָגן: קום מיט אונדז!
לאָמיר לױערן אױף בלוט,
לאָמיר לאָקערן אױפֿן אומשולדיקן פֿאַר אומזיסט;
12לאָמיר זײ אײַנשלינגען לעבעדיקערהײט װי די שְׁאֹול,
און גאַנצערהײט װי די װאָס נידערן אין גרוב;
13אַלערלײ טײַערע גוטס װעלן מיר געפֿינען,
מיר װעלן אָנפֿילן אונדזער הױז מיט רױב;
14װאַרף דײַן גורל צװישן אונדז,
אײן בײַטל װעט זײַן בײַ אונדז אַלעמען;
15זאָלסטו נישט גײן, מײַן זון, מיט זײ אין װעג,
פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון זײער שטעג.
16װאָרעם זײערע פֿיס לױפֿן צו בײז,
און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן בלוט.
17װאָרעם פֿאַר אומזיסט איז אױסגעשפּרײט די נעץ,
אין די אױגן פֿון אַלע געפֿליגלטע,
18בעת מע לױערט אױף זײער בלוט,
מע לאָקערט אױף זײערע לעבנס.
19אַזױ זײַנען די װעגן פֿון איטלעכן װאָס איז גײַציק נאָך רױב;
עס נעמט אַװעק דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט עס.
20די חכמה שרײַט אױף דער גאַס,
אין די מערק לאָזט זי אַרױס איר קֹול;
21אין עק פֿון רױשיקע גאַסן רופֿט זי,
בײַ די טױעראײַנגאַנגען,
אין שטאָט, רעדט זי אירע רײד:
22ביז װאַנען, איר פֿאַרנאַרטע, װעט איר ליב האָבן נאַרישקײט,
און די שפּעטער װעלן זיך גלוסטן געשפּעט,
און די נאַרן װעלן פֿײַנט האָבן װיסן?
23קערט אײַך צו מײַן מוסר,
אָט װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט צו אײַך[6],
איך װעל אײַך מאַכן װיסן מײַנע װערטער.
24װײַל איך האָב גערופֿן, און איר האָט נישט געװאָלט,
אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און קײנער האָט נישט פֿאַרנומען,
25נאָר איר האָט געמאַכט צו נישט מײַן יעטװעדער עצה,
און מײַן מוסר האָט איר נישט געװאָלט,
26װעל איך אױך לאַכן אױף אײַער בראָך,
איך װעל שפּעטן װען אײַער שרעק װעט קומען;
27װען עס קומט װי אַ געװיטער אײַער שרעק,
און אײַער בראָך װעט װי אַ שטורעמװינט אָנקומען;
װען עס קומט אױף אײַך נױט און אַנגסט.
28דענצמאָל װעלן זײ מיך רופֿן, און איך װעל נישט ענטפֿערן,
זײ װעלן מיך זוכן, און װעלן מיך נישט געפֿינען.
29דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿײַנט געהאַט װיסן,
און מורא פֿאַר ה׳ נישט אױסגעװײלט;
30נישט אײַנגעװיליקט צו מײַן עצה,
פֿאַראַכט מײַן גאַנצן מוסר.
31דערום װעלן זײ עסן פֿון דער פֿרוכט פֿון זײער װעג,
און מיט זײערע עצות זיך זעטן.
32װאָרעם די אָפּקערונג פֿון די פֿאַרנאַרטע װעט זײ הרגען,
און די שלװה פֿון די נאַרן װעט זײ אונטערברענגען.
33אָבער דער װאָס הערט מיר צו װעט װױנען אין זיכערקײט,
און באַרוט זײַן פֿון שרעק פֿאַר בײז.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 150Proverbs 2 ►