AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 7
◄ Proverbs 6
Proverbs 7
מִשְׁלֵי 7
Proverbs 8 ►
1מײַן זון, היט מײַנע װערטער,
און מײַנע געבאָט זאָלסטו באַהאַלטן בײַ דיר.
2היט מײַנע געבאָט, כּדי זאָלסט לעבן,
און מײַן לערנונג, װי דעם שװאַרצאַפּל פֿון דײַנע אױגן.
3בינד זײ אָן אױף דײַנע פֿינגער,
שרײַב זײ אָן אױף דעם טאָװל פֿון דײַן האַרצן.
4זאָג צו דער חכמה: דו ביסט מײַן שװעסטער;
און פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו רופֿן פֿרײַנט;
5כּדי זײ זאָלן דיך באַהיטן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ,
פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד.
6װאָרעם דורכן פֿענצטער פֿון מײַן הױז,
דורך מײַן פֿאָרטקע האָב איך אַרױסגעקוקט;
7און איך האָב געזען צװישן די נאַרן,
געמערקט צװישן די יונגעלײַט,
אַ יונג אָן שׂכל,
8װי ער גײט פֿאַרבײַ אין גאַס לעבן איר װינקל,
און שפּרײַזט אױפֿן װעג צו איר הױז,
9פֿאַרנאַכט אין אָװנט פֿון טאָג,
אין טיפֿער נאַכט און פֿינצטערניש.
10ערשט אַ פֿרױ קומט אים אָן אַנטקעגן,
מיט דעם אָנטו פֿון אַ זוֹנה,
און מיט אַ באַהאַלטענעם האַרצן.
11רױשיק איז זי און אױסגעלאַסן,
אירע פֿיס רוען נישט אין איר הױז.
12אַ מאָל אין גאַס, אַ מאָל אױף די מערק,
און בײַ אַלע עקן טוט זי לױערן.
13און זי נעמט אים אָן, און זי קושט אים,
זי פֿאַרשײַט איר פּנים און זאָגט צו אים:
14זִבְחֵי שלָמִים האָב איך אױף מיר,
הײַנט באַצאָל איך מײַנע נדרים.
15דערום בין איך אַרױס דיר אַנטקעגן,
צו זוכן דײַן פּנים, און איך האָב דיך געפֿונען.
16מיט דעקן האָב איך איבערגעדעקט מײַן בעט,
מיט געשטרײַפֿטע געשפּינסן פֿון מִצרַיִם.
17איך האָב באַשפּריצט מײַן געלעגער
מיט מירע, אַלאָע, און צימערינג.
18קום, לאָמיר זיך זעטן מיט ליבע ביזן פֿרימאָרגן,
לאָמיר זיך קװיקן מיט ליבשאַפֿט.
19װאָרעם מײַן מאַן איז נישטאָ אין דער הײם,
ער איז אַװעק אױף אַ װײַטן װעג.
20דאָס בײַטל געלט האָט ער מיטגענומען מיט זיך,
אין טאָג פֿון האַלבן חודש װעט ער קומען אַהײם.
21זי ציט אים מיט איר פֿיל אײַנרעדעניש,
מיט אירע גלאַטע ליפּן פֿאַרפֿירט זי אים.
22ער גײט איר נאָך באַלד,
װי אַן אָקס װאָס גײט צו דער שחיטה,
און װי אױף אַ קײט צו דער שטראָף {מוסר}[1] פֿון דעם נאַרן.
23ביז אַ פֿײַל שפּאַלט דורך זײַן לעבער;
װי אַ פֿױגל אײַלט צו דער נעץ,
און װײס נישט אַז עס איז אום איר לעבן.
24און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו,
און פֿאַרנעמט די װערטער פֿון מײַן מױל.
25זאָל נישט אָפּקערן צו אירע װעגן דײַן האַרץ,
זאָלסט נישט פֿאַרבלאָנדזשען אין אירע שטעגן.
26װאָרעם אַ סך דערשלאָגענע האָט זי אַװעקגעלײגט,
און פֿיל זײַנען אירע דערהרגעטע.
27װעגן צו דער שְׁאֹול איז איר הױז,
זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון טױט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 6Proverbs 8 ►