AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 5
◄ Proverbs 4
Proverbs 5
מִשְׁלֵי 5
Proverbs 6 ►
1מײַן זון, פֿאַרנעם מײַן חכמה,
נײַג דײַן אױער צו מײַן פֿאַרשטאַנדיקײט,
2כּדי זאָלסט אָפּהיטן געשײַטקײט,
און דײַנע ליפּן זאָלן אױפֿפּאַסן קענשאַפֿט.
3װאָרעם האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער,
און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.
4אָבער איר סוף איז ביטער װי װערמוט,
שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד.
5אירע פֿיס נידערן צום טױט,
אין שְׁאֹול שפּאַרן אָן אירע פֿיס.
6כּדי זי זאָל נישט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן,
װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס נישט װוּהין.
7און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו,
און איר זאָלט נישט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.
8דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג,
און זאָלסט נישט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז,
9כּדי זאָלסט נישט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט,
און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;
10כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך נישט זעטן מיט דײַן קראַפֿט,
און דײַן מי זאָל נישט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;
11און װעסט ברומען אין דײַן סוף,
װען דײַן לײַב און דײַן פֿלײש װעט זײַן פֿאַרלענדט,
12און װעסט זאָגן: װי האָב איך פֿײַנט געהאַט מוסר,[1]
און שטראָף האָט פֿאַראַכט מײַן האַרץ,
13און איך האָב נישט צוגעהערט דעם קֹול פֿון מײַנע װעגװײַזער,
און צו מײַנע לערער נישט צוגענײַגט מײַן אױער!
14נאָר אין אַ קלײנקײט האָב איך געװען אין אַלע שלעכטע זאַכן
אין דער אײַנזאַמלונג און עדה.
15טרינק װאַסער פֿון דײַן גרוב,
און לױפֿיקס פֿון דײַן ברונעם.
16דײַנע קװאַלן װעלן זיך צעשפּרײטן דערױסן,
אין די גאַסן – די בעכן װאַסער.
17דיר אַלײן װעלן זײ געהערן,
און נישט צו פֿרעמדע מיט דיר.
18זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט,
און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.
19די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,
אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,
און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.
20און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער,
און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?
21װאָרעם פֿאַר ה׳ס אױגן זײַנען די װעגן פֿון אַ מענטשן,
און אַלע זײַנע שטעגן לײגט ער אױס.
22זײַנע אײגענע זינד באַצװינגען דעם רשע,
און אין די שטריק פֿון זײַן חטא װערט ער פֿאַרהאַלטן.
23ער שטאַרבט אָן מוסר;[2]
און דורך זײַן גרױס נאַרישקײט װערט ער פֿאַרבלאָנדזשעט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 4Proverbs 6 ►