1מײַן זון, אױב דו ביסט עָרבֿ געװען פֿאַר דײַן חבֿר,
געגעבן דײַן האַנט פֿאַר אַ פֿרעמדן,
2ביסטו געכאַפּט אין די װערטער פֿון דײַן מױל,
ביסטו געפֿאַנגען אין די װערטער פֿון דײַן מױל.
3טו דאָס דען, מײַן זון, און װער ניצול,
אַז דו ביסט אַרײַנגעפֿאַלן אין דײַן חבֿרס האַנט:
גײ, װאַרף זיך אַנידער, און שטײ-צו צו דײַן חבֿר.
4זאָלסט נישט געבן קײן שלאָף צו דײַנע אױגן,
און קײן שלומער צו דײַנע ברעמען.
5זײַ דיך מציל װי אַ הירש אױס דער האַנט,
און װי אַ פֿױגל פֿון פֿאַנגערס האַנט.
6גײ צו דער מוראַזשקע, דו פֿױלער,
זע אירע װעגן, און װער קלוג;
7הגם זי האָט נישט קײן האַר,
קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער,
8גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט,
האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצײַט איר שפּײַז.
9ביז װאַנען, דו פֿױלער, װעסטו ליגן?
װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון דײַן שלאָף?
10נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען,
נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט;
11און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט,
און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.
12אַ נידערטרעכטיקער מענטש, אַ מאַן פֿון אומרעכט,
איז דער װאָס גײט אום מיט אַ קרומען מױל,
13װאָס װינקט מיט זײַנע אױגן, װאָס שאַרט מיט זײַנע פֿיס,
װאָס טײַטלט מיט זײַנע פֿינגער.
14פֿאַרקערטקײט איז אין זײַן האַרצן,
ער טראַכט בײז אין יעטװעדער צײַט,
קריג מאַכט ער אָן.
15דערום װעט פּלוצלינג קומען זײַן אומגליק,
פּלוצעם װעט ער צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.
16זעקס זײַנען די װאָס ה׳ האָט פֿײַנט,
און זיבן די אומװערדיקײט פֿון זײַן זעל:
17האָפֿערדיקע אױגן, אַ ליגנערישע צונג,
און הענט װאָס פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;
18אַ האַרץ װאָס טראַכט מחשבֿות פֿון אומרעכט;
פֿיס װאָס אײַלן צו לױפֿן צום בײזן;
19אַ פֿאַלשער עדות װאָס אָטעמט מיט ליגנס,
און דער װאָס מאַכט אָן קריג צװישן ברידער.
20היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער.
21בינד זײ אױף דײַן האַרצן תּמיד,
קניפּ זײ אױף דײַן האַלדז.
22אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן,
אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן,
און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר.
23װאָרעם דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט,
און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;
[1]
24דיך צו היטן פֿון דער שלעכטער װײַבספּאַרשױן,
פֿון דער גלאַטער צונג פֿון דער פֿרעמדער.
25זאָלסט נישט גלוסטן איר שײנקײט אין דײַן האַרצן,
און זאָל זי דיך נישט נעמען מיט אירע ברעמען.
26װאָרעם איבער אַ זוֹנה קומט מען ביז אַ לעבל ברױט,
און אַן אֵשֶת-איש פֿאַנגט די טײַערסטע זעל.
27קען אַ מענטש שאַרן קױלן אין זײַן בוזעם,
און זײַנע בגדים זאָלן זיך נישט אָנצינדן?
28צי קען אַ מענטש גײן אױף קױלן,
און זײַנע פֿיס זאָלן נישט אָנגעברענט װערן?
29אַזױ איז דער װאָס קומט צו זײַן חבֿרס װײַב,
קײנער װאָס רירט זי אָן, קומט נישט אָפּ גלאַט.
30מע קען נישט פֿאַראַכטן דעם גנבֿ אַז ער גנבֿעט,
אָנצופֿילן זײַן לײַב װען ער איז הונגעריק.
31אָבער אַז ער װערט געפֿונען, באַצאָלט ער זיבן מאָל אַזױ פֿיל;
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז מוז ער אַװעקגעבן.
32דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל,
זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.
33שלעג און שאַנד װעט ער קריגן,
און זײַן חרפּה װעט נישט אָפּגעמעקט װערן.
34װאָרעם אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן,
און ער װעט נישט שױנען אין טאָג פֿון נקמה.
35ער װעט נישט אַכטן קײן אױסלײזגעלט,
און נישט באַװיליקן, װי דו זאָלסט מערן שוחד.