AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 12
◄ Proverbs 11
Proverbs 12
מִשְׁלֵי 12
Proverbs 13 ►
1דער װאָס האָט ליב װיסן, האָט ליב מוסר[1],
אָבער דער פֿאַרגרעבטער האָט פֿײַנט שטראָף.
2דער גוטער קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳,
אָבער דעם מאַן מיט בײזע געדאַנקען פֿאַרמשפּט ער.
3קײן מענטש קען נישט באַשטײן דורך שלעכטס,
אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים רירט זיך נישט.
4אַן אֵשֶת-חיל איז די קרױן פֿון איר מאַן,
און װי אַ פֿױלונג אין זײַנע בײנער איז אַ טױגעניכטס.
5די מחשבֿות פֿון די צדיקים זײַנען גערעכטיקײט,
די תּחבוּלות פֿון די רשעים זײַנען באַטרוג.
6די רײד פֿון די רשעים זײַנען צו לױערן אױף בלוט,
אָבער דאָס מױל פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל.
7די רשעים װערן איבערגעקערט, און זײ זײַנען נישטאָ,
אָבער דאָס הױז פֿון די צדיקים װעט באַשטײן.
8װעדליק זײַן שׂכל װערט אַ מענטש געלױבט,
און דער װאָס האָט אַ פֿאַרדרײט האַרץ, װערט צו שפּאָט.
9בעסער דער װאָס איז גרינגגעשאַצט און האָט אַ קנעכט,
אײדער דער װאָס שטעלט זיך פֿאַר אַ נִכבד, און אים פֿעלט ברױט.
10דער גערעכטער קימערט זיך אום דעם לעבן פֿון זײַן בהמה,
און דאָס האַרץ פֿון די רשעים איז אומדערבאַרעמדיק.
11דער װאָס באַאַרבעט זײַן ערד, האָט ברױט צו זאַט,
און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן, איז אָן שׂכל.
12דער רשע גלוסט דאָס געפֿאַנג פֿון די שלעכטע,
אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים ברענגט אײַן.
13אין אַ פֿאַרזע פֿון די ליפּן איז אַ שטרױכלונג פֿאַרן שלעכטן,
אָבער דער צדיק קומט אַרױס פֿון אַ צרה.
14פֿון דער פֿרוכט פֿון מענטשנס מױל װעט ער זיך זעטן מיט גוטס,
און די טוּונג פֿון אַ מענטשנס הענט װעט מען אים אומקערן.
15דער װעג פֿון דעם נאַרן איז גלײַך אין זײַנע אױגן,
אָבער דער חכם הערט צו אַן עצה.
16דעם נאַרנס ערגערניש װערט באַקאַנט אין אײגענעם טאָג,
אָבער דער קלוגער פֿאַרדעקט די שאַנד.
17דער װאָס אָטעמט מיט אמת, װעט דערװײַזן די ריכטיקײט,
אָבער דער פֿאַלשער עדות איז אַן אָפּנאַר.
18פֿאַראַן דער װאָס פּלאַפּלט װי שטעך פֿון אַ שװערד,
אָבער די צונג פֿון די קלוגע איז אַ הײלונג.
19די ליפּ פֿון אמת װעט באַשטײן אױף אײביק,
אָבער אױף אַ רגע איז די צונג פֿון ליגן.
20אָפּגענאַרט װערט דאָס האַרץ פֿון די װאָס טראַכטן בײז,
אָבער בײַ די װאָס באַראָטן פֿריד, איז אַ פֿרײד.
21דעם צדיק װעט נישט אײַנפֿאַלן קײן שום אומרעכט,
אָבער די רשעים זײַנען פֿול מיט בײז.
22אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען ליגנערישע ליפּן,
און זײַן רָצון, די װאָס באַגײען זיך װאָרהאַפֿטיק.
23אַ קלוגער מענטש פֿאַרדעקט די קענשאַפֿט,
אָבער דאָס האַרץ פֿון די נאַרן רופֿט אױס די טיפּשות.
24די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן,
און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז.
25איז דאָ אַ זאָרג אין עמיצנס האַרצן, זאָל מען זי פֿאַרדריקן,
װאָרעם אַ גוט װאָרט מאַכט זי פֿרײלעך.
26דער צדיק געפֿינט אױס פֿון זײַן חבֿר,
און דער װעג פֿון די רשעים פֿאַרפֿירט זײ.
27דער אָפּגעלאָזטער װעט נישט כאַפּן זײַן פֿאַנג,
און דאָס טײַערסטע גוטס פֿון אַ מענטשן איז פֿלײַסיק זײַן.
28אין דעם שטעג פֿון גערעכטיקײט איז לעבן,
און אױפֿן שליאַך פֿון איר װעג איז נישטאָ קײן טױט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 11Proverbs 13 ►