AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 13
◄ Proverbs 12
Proverbs 13
מִשְׁלֵי 13
Proverbs 14 ►
1אַ קלוגער זון לאָזט זיך מוסר[1] פֿון פֿאָטער,
אָבער דער שפּעטער װיל נישט הערן אַ בײזער.
2פֿון דער פֿרוכט פֿון זײַן מױל עסט אַ מענטש גוטס,
אָבער דער באַגער פֿון די פֿעלשער איז אומרעכט.
3דער װאָס פּאַסט אױף זײַן מױל, פֿאַרהיט זײַן זעל,
דער װאָס שפּאַרט אױף זײַנע ליפּן, אױף אים װעט זײַן אַ בראָך.
4די זעל פֿון דעם פֿױלן גאַרט און האָט גאָרנישט,
אָבער די זעל פֿון די פֿלײסיקע װעט װערן פֿעט.
5דער צדיק האָט פֿײַנט אַ פֿאַלש װאָרט,
און דער רשע פֿירט זיך מיאוס און שענדלעך.
6רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַרהיט דעם װאָס זײַן װעג איז ערלעך,
און שלעכטיקײט פֿאַרדרײט דעם זינדיקן.
7פֿאַראַן דער װאָס שטעלט זיך רײַך און האָט גאָרנישט,
דער װאָס שטעלט זיך אָרים בײַ אַ גרױס פֿאַרמעג.
8אַן אױסלײז פֿאַר אַ מענטשנס לעבן איז זײַן עשירות,
אָבער דער אָרעמאַן הערט צו מאָל נישט קײן אָנגעשרײ.
9די ליכטיקײט פֿון די צדיקים איז פֿרײלעך,
אָבער דאָס ליכט פֿון די רשעים לעשט זיך אױס.
10דורך מוטװיליקײט מאַכט מען בלױז אָן קריג,
אָבער בײַ די איבערלײגטע איז חכמה.
11אַ רײַכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט,
אָבער דער װאָס קלײַבט ביסלעכװײַז פֿאַרמערט.
12אַ פֿאַרצױגענע װאַרטעניש מאַכט קראַנק דאָס האַרץ,
און אַ בױם פֿון לעבן[2] {עֵץ חַיִּים}[3] איז אַ באַגער װאָס קומט אָן.
13דער װאָס פֿאַראַכט דאָס װאָרט, אים װעט געשען בײז,
אָבער דער װאָס האָט מורא פֿאַרן געבאָט, ער װעט באַלױנט װערן.
14די לערנונג פֿון דעם חכם איז אַ קװאַל פֿון לעבן,
זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.
15אַ גוטער שׂכל גיט צו חן,
אָבער דער װעג פֿון די פֿעלשער איז האַרט.
16יעטװעדער קלוגער פֿירט זיך מיט פֿאַרשטאַנדיקײט,
אָבער דער נאַר שפּרײט אױס די טיפּשות.
17אַן אומערלעכער שליח װעט אַרײַנפֿאַלן אין אַן אומגליק,
און אַ טרײַער געשיקטער איז אַ הײלונג.
18אָרימקײט און שאַנד האָט דער װאָס מײַדט אױס מוסר[4],
און דער װאָס אַכט אױף שטראָף װעט קריגן כּבֿוד.
19אַ געבראָכענע תּאװה איז װױל פֿאַר דער זעל,
אָבער אַן אומװערדיקײט בײַ נאַרן איז זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס.
20דער װאָס גײט אום מיט קלוגע, װעט קלוג װערן,
און דער װאָס חבֿרט זיך מיט נאַרן, װעט פֿאַראומגליקט װערן.
21די זינדיקע יאָגט נאָך דאָס בײז,
און די צדיקים באַצאָלט מען גוטס.
22דער גוטער לאָזט ירושה פֿאַר קינדס-קינדער,
און באַהאַלטן פֿאַרן צדיק איז דער פֿאַרמעג פֿון דעם זינדיקן.
23פֿיל שפּײַז ברענגט דער אַקער פֿון די אָרימע,
און רײַכטום װערט אָפּגעטאָן דורך אומגערעכטיקײט.
24דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון,
און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט מוסר[5] אים באַצײַטנס.
25דער צדיק עסט ביז זײַן לײַב װערט זאַט,
און דעם בױך פֿון די רשעים פֿעלט אױס.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Corinthians 4 →

1אזוי זשע זאל אונדז (יעדער) מענטש באטראכטן, ווי משרתים פונם משיח און ווי פארוואלטער פון די סודות פון ה׳. 2דא איבריקנס ווערט פארלאנגט ביי פארוואלטער, אז יעדער איינער זאל געפונען ווערן געטריי. 3פאר מיר אבער איז עס א קלייניקייט געמשפט צו ווערן פון אייך, אדער פון א מענטשלעכן יום (הדין); אפילו אליין משפט איך מיך אויך נישט. 4ווייל איך ווייס גארנישט קעגן מיר אליין; נאר מיט דעם דאזיקן בין איך (נאך) נישט גערעכטפערטיקט; עס איר אבער דער האר, וועלכער איז מיך דן. 5דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.

6און דאס, ברידער, האב איך אנגעווענדט אויף מיר אליין און אויף אפאלאסן פון אייערטוועגן; כדי איר זאלט אין אונדז לערנען (וואס עס באטייט): נישט אויסער פון דעם, וואס עס שטייט געשריבן! כדי קיינער זאל זיך נישט אויפבלאזן פאר דעם איינעם קעגן דעם אנדערן. 7ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען? 8שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך. 9ווארום עס שיינט מיר אויס, אז ה׳ האט אונדז, די שליחים, אויסגעשטעלט אלס (סאמע) לעצטע, ווי פארמשפטע צום טויט; ווייל מיר זענען געווארן א ספעקטאקל פאר דער וועלט און פאר מלאכים און פאר מענטשן. 10מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה. 11ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים; 12און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס; 13באליידיקט מען אונדז, רעדן מיר זיסע רייד; ווי דאס אויסקערעכץ פון דער וועלט זענען מיר געווארן, אלעמענס אפפאל ביז אצונד.

14נישט אייך צו פארשעמען שרייב איך דאס, נאר, ווי געליבטע קינדער מיינע, אייך צו זאגן מוסר. 15ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה. 16דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער. 17אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה. 18אייניקע האבן זיך אנגעבלאזן, גלייך ווי איך וואלט נישט געקומען צו אייך. 19איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע. 20ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נישט אין ווארט, נאר אין גבורה. 21וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם גייסט פון ענווה?

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 12Proverbs 14 ►