AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 17
◄ Proverbs 16
Proverbs 17
מִשְׁלֵי 17
Proverbs 18 ►
1בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערבײַ,
אײדער אַ הױז פֿול מיט זבֿחים און קריג דערמיט.
2אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס,
און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.
3אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד,
אָבער די הערצער פּרוּװט ה׳.
4דער שלעכטסטוער הערט זיך אײַן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט,
דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.
5דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרעמאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער;
דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך, װעט נישט געשאָנקען װערן.
6די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער,
און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.
7דעם מנוּװל פּאַסט נישט די שפּראַך פֿון ברײטקײט,
נאָך װינציקער דעם נַדיבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.
8אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון זײַן בַעַלן;
װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.
9דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט, פֿאַרדעקט אױף זינד,
און דער װאָס חזרט איבער גערײד, צעשײדט גוטע פֿרײַנט.
10אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן,
װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.
11רַק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז,
אָבער אַן אומדערבאַרעמדיקער שליח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.
12בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע,
אַבי נישט אַ נאַר מיט זײַן טיפּשות.
13דער װאָס קערט אום אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,
װעט זיך נישט אָפּטאָן בײז פֿון זײַן הױז.
14װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות,
דערום, אײדער דער קריג ברעכט אױס, לאָז אָפּ.
15דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן, און דער װאָס מאַכט
שולדיק דעם גערעכטן,
זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.
16װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנט אױף צו קױפֿן חכמה,
אַז קײן שׂכל איז נישטאָ?
17אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט,
אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.
18אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט,
װאָס איז עָרבֿ אַן עָרבֿות פֿאַר זײַן חבֿר.
19דער װאָס האָט ליב קריג, האָט ליב פֿאַרברעך,
דער װאָס מאַכט הױך זײַן טיר, זוכט אַ בראָך.
20דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ, װעט נישט געפֿינען קײן גוטס,
און דער װאָס דרײט מיט דער צונג, װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.
21דער װאָס געבערט אַ נאַרן, איז דאָס צו זײַן קומער,
און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט נישט קײן נַחַת.
22אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה,
און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.
23דער רשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם,
צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט.
24פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה,
און די אױגן פֿון דעם נאַרן זײַנען אין עק װעלט.
25אַן ערגערניש פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר,
און אַ ביטערניש פֿאַר זײַן געװינערין.
26קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק,
פֿון שלאָגן אַדללײַט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.
27דער װאָס װײס קענשאַפֿט, קאַרגט זײַנע װערטער,
אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.
28אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם;
דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער.
Brit Chadasha FootnoteJames 1 →

1יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!

2נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות, 3וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות. 4זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.

5אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן. 6נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט. 7ווארום יענער מענטש זאל זיך (אפילו) נישט פארשטעלן, אז ער וועט עפעס באקומען ביי דעם האר. 8א מאן מיט צוויי (אנטקעגנגעזעצטע) דעות איז נישט פעסט אין קיינעם פון זיינע וועגן.

9זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות; 10און דער עושר מיט זיין שיפלות; ווייל ווי א בלום פון דעם גראז וועט ער פארגיין. 11ווארום די זון שיינט אויף מיט איר היץ, און פארוועלקט דאס גראז, און די בלום פאלט דערפון אראפ, און די חן פון זיין געשטאלט ווערט פארדארבן; פונקט אזוי וועט דער רייכער פארוועלקן אין זיינע וועגן.

12וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב. 13זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס; 14יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט. 15דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט. 16בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע. 17יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי. 18פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.

19דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס; 20ווארום א מענטשנס צארן איז נישט ווירקט די גערעכטיקייט פון ה׳. 21דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות. 22זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין. 23ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל; 24ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען. 25דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן. 26אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט. 27א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 16Proverbs 18 ►