AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ecclesiastes 12
◄ Ecclesiastes 11
Ecclesiastes 12
קהלת 12
Esther 1 ►

1און געדענק דײַן באַשעפֿער אין דײַנע בָחורשע טעג, אײדער עס װעלן קומען די שלעכטע טעג, און אָנקומען װעלן די יאָרן, װאָס דו װעסט זאָגן: איך האָב נישט קײן הנאה פֿון זײ; 2אײדער עס װעט פֿינצטער װערן די זון און דאָס ליכט, און די לבֿנה און די שטערן; און די װאָלקנס װעלן װידער קערן נאָכן רעגן; 3אין דעם טאָג װאָס די הױזװעכטער װעלן זיך טרײסלען, און די חילס-לײַט װעלן זיך אױסקרימען, און די מאָלערינס װעלן נישט אַרבעטן, װײַל זײ זײַנען װינציק, און די קוקערינס װעלן טונקל זײַן אין די פֿענצטער, 4און די טירן צום גאַס װעלן פֿאַרשלאָסן װערן; װען נידעריק װעט זײַן דאָס רױשן פֿון דער מיל, און מע װעט זיך אָפּשטעלן בײַם פּיפּס פֿון אַ פֿױגל, און פֿאַרשטיקט װעלן זײַן אַלע טעכטער פֿון געזאַנג; 5אױך װעט מען מורא האָבן פֿאַר אַ הױכן אָרט, און שרעקענישן װעלן זײַן אױפֿן װעג; און דער מאַנדלבױם װעט בליִען, און דער הײשעריק װעט זיך שלעפּן, און די קאַפּערפֿרוכט װעט אױפֿהערן, װײַל דער מענטש גײט צו זײַן אײביקער הײם, און די באַקלאָגער װעלן זיך אומדרײען אין גאַס; 6אײדער די זילבערנע שנור װעט צעריסן װערן, און דער גילדערנער בעקן װעט צעהאַקט װערן, און דער קרוג װעט צעבראָכן װערן בײַם קװאַל, און דער ראָד פֿאַלט אַ צעהאַקטער אין ברונעם; 7און דער שטױב װעט זיך אומקערן צו דער ערד, װי געװען, און דער גײַסט װעט זיך אומקערן צו אלֹקים װאָס האָט אים געגעבן. 8נישטיקײט פֿון נישטיקײט, זאָגט קהלת, אַלץ איז נישטיקײט.

9און אַחוץ װאָס קהלת איז געװען אַ חכם, האָט ער נאָך געלערנט דאָס פֿאָלק קענשאַפֿט; און ער האָט געװױגן און געפֿאָרשט, און צונױפֿגעשטעלט שפּריכװערטער אַ סך. 10קהלת האָט געזוכט צו געפֿינען נוצלעכע זאַכן, און װאָס איז געשריבן אױפֿריכטיק – אמתדיקע װערטער.

11די װערטער פֿון די חכמים זײַנען אַזױ װי טרײַבשפּיצן, און װי נעגל אַרײַנגעשלאָגענע זײַנען די צונױפֿגעזאַמלטע רײד; זײ זײַנען געגעבן געװאָרן פֿון אײן פּאַסטוך. 12און װײַטער, מײַן זון, זײַ געװאָרנט: צו מאַכן פֿיל ספֿרים איז נישטאָ קײן ענד, אָבער זיך גריבלען צו פֿיל מאַטערט אָפּ דעם לײַב.

13דער סוף פֿון דער זאַך, נאָך דעם װי אַלץ איז געהערט געװאָרן, איז: האָב מורא פֿאַר אלֹקים, און היט זײַנע געבאָט, װאָרעם דאָס איז דער גאַנצער מענטש. 14װײַל דעם גאַנצן באַשאַף װעט אלֹקים ברענגען פֿאַר אַ משפּט איבער אַלעם פֿאַרהױלענעם, סײַ גוט און סײַ שלעכט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ecclesiastes 11Esther 1 ►