1און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַחַשוֵרוֹשן – דאָס איז דער אַחַשוֵרוֹש װאָס האָט געקיניגט פֿון הוֹדו ביז כּוּש, איבער הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות – 2אין יענע טעג, אַז דער מלך אַחַשוֵרוֹש איז געזעסן אױף דעם טראָן[1] פֿון זײַן מלוכה װאָס אין דער הױפּטשטאָט שושַן, 3אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, האָט ער געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע האַרן און זײַנע קנעכט, דעם חיל פֿון פָּרַס און מָדַי, די אַדללײַט און די האַרן פֿון די מדינות, װאָס פֿאַר אים; 4װען ער האָט געװיזן די עשירות פֿון זײַן קיניגלעכן שטאַט, און די זעלטענע פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, פֿיל טעג, הונדערט און אַכציק טעג. 5און אַז די דאָזיקע טעג זײַנען דערפֿילט געװאָרן, האָט דער מלך געמאַכט פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן, אַ מאָלצײַט פֿון זיבן טעג אין הױף פֿון דעם מלכס פּאַלאַצגאָרטן. 6װײַסע צײַג, דינע לײַנען, און בלאָע װאָל, זײַנען געװען באַפֿעסטיקט מיט שנורן פֿון פֿײַנלײַנען און פּורפּל אױף זילבערנע שטאַנגען און זײַלן פֿון מירמלשטײן; מיט גילדערנע און זילבערנע לענבעטלעך אױף אַ פֿלאַסטערונג פֿון אַלאַבאַסטער און מירמלשטײן, און פּערלמוטער, און פֿלעקמירמל. 7און געגעבן טרינקען האָט מען אין גילדערנע כּלים, און כּלים פֿון כּלים פֿאַרשײדן, און מַלכותדיקער װײַן איז געװען מיט אַ קיניגלעכער האַנט. 8און דאָס טרינקען איז געװען װי געהעריק; קײנער האָט נישט גענײט; װאָרעם אַזױ האָט דער מלך פֿעסט אָנגעזאָגט איטלעכן עלטסטן פֿון זײַן הױז, צו טאָן לױט דעם רצון פֿון יעטװעדער אײנעם. 9אױך די מלכּה וַשתּי האָט געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר די װײַבער אין דעם קיניגלעכן הױז פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש.
10אױפֿן זיבעטן טאָג, אַז דעם מלכס האַרץ איז געװען פֿרײלעך פֿון װײַן, האָט ער געהײסן מהומָן, בזְתאָ, חרבוֹנאָ, בגתאָן, און אַבַגתאָ, זֵתַר, און כַּרכַּס, די זיבן קאַמערדינער װאָס האָבן באַדינט פֿאַר דעם מלך אַחַשוֵרוֹש, 11ברענגען די מלכּה וַשתּי פֿאַר דעם מלך אין אַ קיניגלעכער קרױן, כּדי צו װײַזן די פֿעלקער און די האַרן איר שײנקײט, װאָרעם זי איז געװען שײן פֿון אױסזען. 12האָט די מלכּה וַשתּי נישט געװאָלט קומען אױף דעם מלכס אָנזאָג װאָס דורך דער האַנט פֿון די קאַמערדינער, און דער מלך איז זײער אין כּעס געװאָרן, און זײַן גרימצאָרן האָט אין אים געברענט.
13און דער מלך האָט געזאָגט צו די חכמים װאָס קענען די צײַטן – װאָרעם אַזױ איז געװען דעם מלכס שטײגער אַנטקעגן אַלע װאָס װײסן אַ געזעץ און אַ דין; 14און די נאָנטע צו אים זײַנען געװען כַּרשנאָ, שֵתָר, אַדמָתאָ, תַּרְשִיש, מֶרֶס, מַרסנאָ, ממוכָן, זיבן האַרן פֿון פָּרַס און מָדַי װאָס האָבן געזען דעם מלכס פּנים, װאָס זײַנען געזעסן אױבנאָן אין דער מלוכה: – 15װאָס דאַרף מען טאָן לױט געזעץ צו דער מלכּה וַשתּי פֿאַר װאָס זי האָט נישט געטאָן דעם אָנזאָג פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש דורך דער האַנט פֿון די קאַמערדינער.
16האָט ממוכָן געזאָגט פֿאַר דעם מלך און די האַרן: נישט אַקעגן מלך אַלײן האָט פֿאַרבראָכן די מלכּה וַשתּי, נאָר אַקעגן אַלע האַרן, און אַקעגן אַלע פֿעלקער װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש. 17װאָרעם די מעשׂה מיט דער מלכּה װעט אַרױסקומען צו אַלע װײַבער, צו מאַכן זײערע מאַנען פֿאַראַכט {בזה}[2] אין זײערע אױגן, אַז מע װעט זאָגן: דער מלך אַחַשוֵרוֹש האָט געהײסן ברענגען פֿאַר אים די מלכּה וַשתּי, און זי איז נישט געקומען. 18און נאָך הײַנטיקן טאָג װעלן די האַרינטעס פֿון פָּרַס און מָדַי, װאָס האָבן געהערט די מעשׂה מיט דער מלכּה, דאָס זאָגן צו די האַרן פֿון מלך, און עס װעט זײַן גענוג בִזָיון און ערגערניש. 19אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל אַרױסגײן אַ קיניגלעכער באַפֿעל פֿון פֿאַר אים, און עס זאָל פֿאַרשריבן װערן אין די געזעצן פֿון פָּרַס און מָדַי, כּדי עס זאָל נישט בטל װערן, אַז וַשתּי זאָל מער נישט קומען פֿאַר דעם מלך אַחַשוֵרוֹש, און איר מלכהשאַפֿט זאָל דער מלך געבן צו אַן אַנדערער װאָס איז בעסער פֿון איר. 20און אַז דעם מלכס פּסק װאָס ער װעט מאַכן, װעט באַקאַנט װערן אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, װי גרױס עס איז, װעלן אַלע װײַבער אָפּגעבן כּבֿוד זײערע מאַנען, פֿון גרעסטן ביזן קלענסטן.
21איז דאָס װאָרט װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם מלך און די האַרן, און דער מלך האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ממוכָנען. 22און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע מדינות פֿון דעם מלך, צו איטלעכער מדינה לױט איר כּתבֿ, און צו איטלעכן פֿאָלק לױט זײַן לשון, אַז יעטװעדער מאַן זאָל זײַן דער הערשער אין זײַן הױז, און רעדן אַזױ װי דער לשון פֿון זײַן פֿאָלק.