1אין יענעם טאָג האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש אַװעקגעגעבן צו אֶסתֵּר המלכּה דאָס הױז פֿון הָמָן דעם צוֹרר הַיהודים. און מָרדכַי איז געקומען פֿאַרן מלך, װאָרעם אֶסתֵּר האָט אים דערצײלט, װאָס ער איז אירער. 2און דער מלך האָט אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון הָמָנען, און האָט אים געגעבן מָרדכַין; און אֶסתֵּר האָט אױפֿגעזעצט מָרדכַין איבער הָמָנס הױז.
3און אֶסתֵּר האָט װידער גערעדט פֿאַרן מלך, און זי איז געפֿאַלן פֿאַר זײַנע פֿיס, און האָט געװײנט און געבעטן בײַ אים, אָפּצוטאָן דאָס בײז פֿון הָמָן דעם אַגָגי, און זײַן טראַכטונג װאָס ער האָט געטראַכט אַקעגן די ייִדן. 4האָט דער מלך אױסגעשטרעקט צו אֶסתֵּרן דעם גילדערנעם סקעפּטער {שַׁרְבִיט}, און אֶסתֵּר האָט זיך אױפֿגעהױבן און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. 5און זי האָט געזאָגט: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, און אױב איך האָב געפֿונען חֵן פֿאַר אים, און די זאַך איז רעכט פֿאַרן מלך, און איך בין װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן, זאָל געשריבן װערן אָפּצורופֿן די בריװ, די טראַכטונג פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, װאָס ער האָט געשריבן אומצוברענגען די ייִדן אין אַלע מדינות פֿון מלך. 6װאָרעם װי װעל איך קענען צוזען דאָס בײז װאָס װעט טרעפֿן מײַן פֿאָלק? און װי װעל איך קענען צוזען דעם אונטערגאַנג פֿון מײַן אָפּשטאַם?
7האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש געזאָגט צו אֶסתֵּר המלכּה און צו מָרדכַי דעם ייִד: זעט, הָמָנס הױז האָב איך אַװעקגעגעבן צו אֶסתֵּרן, און אים האָט מען אױפֿגעהאַנגען אױף דער תּליה, פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אַ האַנט אױף די ייִדן. 8און איר, שרײַבט װעגן די ייִדן, אַזױ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, אין נאָמען פֿון מלך, און חתמעט אונטער מיט דעם זיגלרינג פֿון מלך, װאָרעם אַ געשריפֿטס װאָס איז געשריבן אין נאָמען פֿון מלך, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, איז נישט אָפּצורופֿן.
9זײַנען גערופֿן געװאָרן די שרײַבער פֿון מלך אין יענער צײַט, אין דריטן חודש, דאָס איז חודש סיון, דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין אים; און עס איז געשריבן געװאָרן אַזױ װי אַלץ װאָס מָרדכַי האָט באַפֿױלן, צו די ייִדן, און צו די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און די האַרן פֿון די מדינות װאָס פֿון הוֹדו ביז כּוּש, הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות; איטלעכער מדינה לױט איר כּתבֿ, און איטלעכן פֿאָלק לױט זײַן לשון, און צו די ייִדן לױט זײער כּתבֿ און לױט זײער לשון. 10און מע האָט געשריבן אין נאָמען פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, און צעשיקט בריװ דורך דער האַנט פֿון די לױפֿערס אױף פֿערד, רײַטער אױף יאָגפֿערד פֿון די קיניגלעכע סטאַדעס, 11אַז דער מלך האָט דערלױבט די ייִדן װאָס אין איטלעכער שטאָט, זיך אײַנצוזאַמלען, און זיך צו שטעלן פֿאַר זײער לעבן, צו פֿאַרטיליקן, צו הרגען, און אומצוברענגען יעטװעדער חיל פֿון דעם פֿאָלק און דער מדינה װאָס װעלן באַפֿאַלן זײ מיט די קלײנע קינדער און די װײַבער, און צו צערױבן זײער פֿאַרמעג, 12אין אײן טאָג אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, אין דרײַצנטן טאָג פֿון צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר. 13דער נוסח פֿון דעם געשריפֿטס זאָל אַרױסגעגעבן װערן פֿאַר אַ באַפֿעל אין איטלעכער מדינה, באַקאַנט געמאַכט פֿאַר אַלע פֿעלקער, און די ייִדן זאָלן זײַן אָנגעברײט פֿאַר דעם דאָזיקן טאָג זיך נוֹקם צו זײַן אָן זײערע פֿײַנט.
14זײַנען די לױפֿערס, די רײַטערס אױף יאָגפֿערד, אַרױס אין האַסט און געאײַל אױף דעם אָנזאָג פֿון מלך, און דער באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן. 15און מָרדכַי איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך אין בגדֵי-מַלכות פֿון בלאָען און װײַסן, מיט אַ גרױסער גילדערנער קרױן, און אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען און פּורפּל. און די שטאָט שושַן האָט געהילכט און זיך געפֿרײט.
16בײַ די ייִדן איז געװען אַ ליכטיקײט און אַ שׂימחה און אַ פֿרײד און אַ גדולה. 17און אין איטלעכער מדינה און אין איטלעכער שטאָט, װוּ נאָר דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז אָנגעקומען, איז געװען שָׂשׂון-וּשׂימחה בײַ ייִדן, אַ סעודה און אַ יוֹם-טובֿ. און פֿיל פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד זענען געװאָרן ייִדן {מִתְיַהֲדִים}, װײַל די מורא פֿאַר ייִדן איז געפֿאַלן אױף זײ.