AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 97
◄ Psalms 96
Psalms 97
תְּהִלִּים 97
Psalms 98 ►
1ה׳ טוט קיניגן, זאָל לוסטיק זײַן די ערד,
זאָלן זיך פֿרײען די פֿיל אינדזלען.
2װאָלקן און נעבל זײַנען אַרום אים,
רעכט און גערעכטיקײט דאָס געשטעל פֿון זײַן טראָן.[1]
3אַ פֿײַער גײט אים פֿאַרױס,
און פֿאַרברענט רונד אַרום זײַנע פֿײַנט.
4זײַנע בליצן באַלײַכטן די װעלט;
עס זעט די ערד, און זי ציטערט.
5די בערג צעגײען װי װאַקס פֿאַר ה׳,
פֿאַר דעם האַר (אֲדוֹן[2]) פֿון דער גאַנצער ערד.
6די הימלען דערצײלן זײַן גערעכטיקײט,
און אַלע פֿעלקער זעען זײַן כּבֿוד.
7צו שאַנד װערן אַלע געצנדינער,
װאָס רימען זיך מיט נישטיקײטן;
עס בוקן זיך צו אים אַלע ג‑טער.
8צִיוֹן הערט און זי פֿרײט זיך,
און לוסטיק זײַנען די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה,
פֿון װעגן דײַנע משפּטים, ה׳.
9װאָרעם דו ה׳ ביסט דער עליון איבער דער גאַנצער ערד,
הױך דערהױבן איבער אַלע ג‑טער.[3]
10איר ליבהאָבער פֿון ה׳, האָט פֿײַנט שלעכטס!
ער היט די נפֿשות פֿון זײַנע פֿרומע,
פֿון דער האַנט פֿון רשעים איז ער זײ מציל.
11אַ ליכט איז פֿאַרזײט פֿאַרן צדיק,
און פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הערצער אַ פֿרײד.
12פֿרײט זיך, איר צדיקים, מיט ה׳,
און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 96Psalms 98 ►