1און דָוִד האָט גערעדט צו ה׳ די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג, אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער האַנט פֿון שָאולן. 2און ער האָט געזאָגט:
ה׳ איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,
און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;
3אלֹקים מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים,
מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף,
מײַן טורעם און מײַן אַנטרינונג,
מײַן העלפֿער, װאָס העלפֿסט מיך פֿון אומרעכט.
4איך רוף; ברוך ה׳!
און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.
5װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט,
[1]
טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;
6שטריק פֿון שְׁאֹול האָבן מיך אַרומגענומען,
אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.
[2]
7האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו ה׳,
יאָ, צו מײַן ג-ט האָב איך גערופֿן,
און ער האָט געהערט פֿון זײַן הֵיכל מײַן קֹול,
און מײַן געשרײ [איז געקומען] אין זײַנע אױערן.
8און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד.
די גרונטפֿעסטן פֿון הימל האָבן געציטערט;
זײ האָבן זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט;
9אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז,
און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט;
קױלן האָבן געברענט פֿון אים.
10און ער האָט גענײגט דעם הימל און גענידערט,
מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.
11און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן,
און זיך באַװיזן אױף פֿליגלען פֿון װינט.
12און ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש פֿאַר בײַדלעך אַרום אים;
אַ זאַמלונג פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.
13פֿון דעם שימער פֿאַר אים
האָבן פֿײַערקױלן געברענט.
14געדונערט פֿון הימל האָט ה׳,
און עליון האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול.
15און ער האָט אַרױסגעשיקט פֿײַלן און זײ צעשפּרײט,
אַ בליץ – און זײ פֿאַרטומלט.
16און די גראָבנס פֿון ים האָבן זיך באַװיזן,
די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן,
דורך דעם אָנגעשרײ פֿון ה׳,
פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון זײַן נאָז.
17ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען,
מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.
18ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט,
פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.
19זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך,
אָבער ה׳ איז מיר אַן אָנלען געװען.
20ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש,
מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.
21ה׳ פֿאַרגעלט מיך לױט מײַן גערעכטיקײט,
לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט קערט ער מיר אום.
22װאָרעם איך האָב געהיט די װעגן פֿון ה׳,
און נישט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן ג-ט.
23װאָרעם אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר,
און זײַנע חוקים, דערפֿון קער איך נישט אָפּ.
24און איך בין געװען צו אים גאַנץ,
און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.
25דערום האָט מיר אומגעקערט ה׳ לױט מײַן גערעכטיקײט,
לױט מײַן רײנקײט פֿאַר זײַנע אױגן.
26מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק,
מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.
27מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן,
און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.
28און דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן,
און דײַנע אױגן זײַנען אױף די הױכע,
דו זאָלסט זײ דערנידערן.
29װאָרעם דו ביסט מײַן ליכט ה׳,
און ה׳ באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.
30װאָרעם מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה,
מיט מײַן ג-ט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
31הָאֵל – זײַן װעג איז גאַנץ;
דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געלײַטערט,
ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
32װאָרעם װער איז אַן אֵל אױסער ה׳,
און װער אַ פֿעלדז אױסער אלוקינו?
33הָאֵל װאָס איז מײַן שטאַרקע פֿעסטונג,
און לאָזט גײן גלײַך מײַן װעג.
34ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן,
און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.
35ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה,
און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.
36און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף,
און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
37דערברײטערסט מײַן טריט אונטער מיר,
און נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.
38איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ פֿאַרטיליקט,
און זיך נישט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.
39יאָ, איך האָב זײ פֿאַרלענדט און זײ צעהאַקט,
אַז זײ קענען נישט אױפֿשטײן;
און זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.
40און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה,
האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.
41און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר,
מײַנע שָׂונאים איך זאָל זײ פֿאַרשנײַדן.
42זײ האָבן זיך אומגעקוקט, און נישט געװען קײן העלפֿער,
צו ה׳ – און ער האָט זײ נישט געענטפֿערט.
43און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿון דער ערד,
װי גאַסנקױט זײ צעדריקט, זײ צעטרעטן.
44און האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון מײַן פֿאָלק,
מיך געהיט אױף צו װערן דער קאָפּ פֿון די אומות;
אַ פֿאָלק װאָס איך קען נישט, טוט מיר דינען.
45די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר,
פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר.
46די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט,
און קומען הינקענדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
47עס לעבט ה׳, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז,
און דערהױבן איז אלֹקים דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
48הָאֵל װאָס גיט מיר נקמות,
און מאַכט נידערן די אומות אונטער מיר,
49און ציט מיך אַרױס פֿון מײַנע פֿײַנט;
יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך,
פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.
50דערום לױב איך דיך, ה׳, צװישן די פֿעלקער,
און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.
51אַ טורעם פֿון הילף איז ער פֿאַר זײַן מלך,
און ער טוט חֶסֶד מיט זײַן געזאַלבטן,
מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.