AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 89
◄ Psalms 88
Psalms 89
תְּהִלִּים 89
Psalms 90 ►
1אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי.
2 די חסדים פֿון ה׳ װעל איך אײביק זינגען,
אױף דור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן
דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל.
3 װאָרעם איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד,
די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:
4 איך האָב געשלאָסן {כרת}[1] אַ ברית צו מײַן אױסדערװײלטן,
איך האָב געשװאָרן צו דָוִד מײַן קנעכט:[2]
5 אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען,
און אױף דור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן.[3]
סֶלָה.
6 און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, ה׳,
אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע.
7 װאָרעם װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו ה׳?
װער איז געגליכן צו ה׳ צװישן די מאַכטיקע?
8 אֵל איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע,
און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.
9 ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת,
װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, ג-ט?
און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.
10 דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצן ים,
אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן.
11 דו האָסט צעדריקט {דכא}[4] װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ,
מיט דײַן שטאַרקן אָרעם[5] האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט.
12 דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד;
די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט.
13 צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן,
תָּבֿוֹר און חֶרמוֹן זינגען פֿון דײַן נאָמען.
14 דו האָסט אַן אָרעם[6] מיט גבֿורה,
דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן.
15 רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן,[7]
גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים.
16 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט,
װאָס גײען, ה׳, אין ליכט פֿון דײַן פּנים.
17 מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג,
און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן.
18 װאָרעם דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט,
און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן.
19 װאָרעם ה׳, ער איז אונדזער שילד,
און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, ער איז אונדזער קיניג.
20 האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע,
און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גיבור,
איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק.
21 איך האָב געפֿונען דָוִד מײַן קנעכט,
איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;
22 אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים,
און מײַן אָרעם[8] זאָל אים שטאַרקן.
23 קײן פֿײַנט זאָל נישט מאָנען פֿון אים,
און קײן באַעװלער זאָל אים נישט פּײַניקן.
24 און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים,
און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן.
25 און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסֶד װעלן זײַן מיט אים,
און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן.
26 און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט,
און אױף די טײַכן זײַן רעכטע.
27 ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער[9] ביסטו,
מײַן ג-ט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
28 אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכוֹר,
פֿאַרן אױבערשטער (עליון) איבער די מלכים פֿון דער ערד[10].
29 אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסֶד,
און מײַן ברית װעט אים בלײַבן געטרײַ.
30 און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען,
און זײַן טראָן[11] װי די טעג פֿון די הימלען.
31 אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה,
און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ נישט גײן;
32 אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן,
און מײַנע געבאָט װעלן זײ נישט היטן;
33 װעל איך שטראָפֿן[12] מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך,
און מיט פּלאָגן זײער זינד.
34 אָבער מײַן חֶסֶד װעל איך נישט פֿאַרשטערן פֿון אים,
און נישט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט.
35 איך װעל נישט פֿאַרשװעכן מײַן ברית[13],
און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך נישט בײַטן.
36 אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט:
אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!
37 זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק,
און זײַן טראָן[14] װי די זון פֿאַר מיר[15].
38 אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן,
און װי אַ געטרײַער עדות אין הימל.[16]
סֶלָה.
39 אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט,
האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן.[17]
40 האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם ברית פֿון דײַן קנעכט,
האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן.
41 האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען,
האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תּעל.
42 צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער,
ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים.
43 האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער,
האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט.
44 אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד
און האָסט אים נישט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.
45 האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט,
און געשלײַדערט זײַן טראָן[18] צו דער ערד.
46 האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט,
האָסט אים מיט בושה באַדעקט.
סֶלָה.
47 ביז װאַנען, ה׳, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד?
װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?
48 געדענק, װאָס איז מײַן געדױער;
צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.
49 װאָסער מענטש קען לעבן און נישט זען דעם טױט?
מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער שְׁאֹול?
סֶלָה.
50 װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, אֲדֹנָי,
װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?
51 געדענק, אֲדֹנָי, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט,
װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;
52 װאָס דײַנע פֿײַנט, ה׳, לעסטערן,
װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.
53 ברוך ה׳ אײביק,
אָמן און אָמן!
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMark 4 →

1און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה. 2און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה: 3הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען. 4און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן. 5און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד; 6און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן. 7און אנדערע זענען געפאלן צווישן די דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואקסן און האבן זיי דערשטיקט, און זיי האבן נישט געגעבן קיין פרוכט. 8און אנדערע זענען געפאלן אויף דער גוטער ערד, און האבן יא געגעבן פרוכט, וואס האט אויפגעשפראצט און איז געוואקסן; און האבן געברענגט איינס—דרייסיקפאכיק, און איינס זעכציקפאכיק, און איינס—הונדערטפאכיק. 9און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!

10און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים. 11און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים; 12כדי

קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען,
און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען;
טאמער וועלן זיי תשובה טאן
און עס וועט זיי פארגעבן ווערן.
(ישעיהו ו, ט-י.)

13און זאגט צו זיי: איר פארשטייט נישט דאס דאזיקע משל, און וויאזוי וועט איר פארשטיין אלע משלים? 14דער זייער פארזייט דאס ווארט. 15און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי. 16און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה; 17און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד. 18און אנדערע זענען די, וואס זענען געזייעט צווישן דערנער; זיי זענען עס וואס האבן געהערט דאס ווארט; 19און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות. 20און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק.

21און ער האט צו זיי געזאגט: צי קומט דען דאס ליכט, כדי געשטעלט צו ווערן אונטער א מאסשעפל, אדער אונטערן בעט? ניין, נאר כדי עס זאל געשטעלט ווערן אויף דעם לייכטער. 22ווארום קיין זאך איז נישט פארבארגן, אחוץ כדי אנטפלעקט צו ווערן; און קיין זאך איז נישט פארהוילן געווארן, וואס וועט נישט מפורסם ווערן. 23אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן! 24און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג. 25ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. 26און ער האט געזאגט: אזוי אָ איז דאס קעניגרייך פון ה׳, ווי א מענטש וואלט געווארפן דעם זאמען אויף דער ערד, 27און לייגט זיך שלאפן און שטייט אויף, ביינאכט און בייטאג, און דער זאמען שפראצט ארויס און וואקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי. 28פון זיך אליין ברענגט די ערד ארויס פירות; צום ערשט דאס גראז, דערנאך די זאנג, נאך דעם פולן ווייץ אין דער זאנג. 29ווען אבער די פרוכט דערלאזט עס, שיקט ער גלייך דעם סערפ אהין, ווייל די שניט צייט איז שוין אנגעקומען.

30און ער האט געזאגט: וויאזוי זאלן מיר פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳, אדער אין וואס פאר א משל זאלן מיר עס לייגן? 31עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות, 32דאך ווען עס איז פארזייט, וואקסט עס אויף און ווערט גרעסער ווי אלע גארטן געוויקסן, און גיט ארויס גרויסע צווייגן, אז אונטער זיין שאטן קענען די פייגל פון הימל וואוינען.

33און מיט א סך אזעלכע משלים האט ער צו זיי גערעדט דאס ווארט, לויט ווי זיי זיי זענען געווען בכוח צו הערן; 34און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט.

35און יענעם טאג, ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים. 36און זיי האבן געלאזט דעם המון מענטשן גיין, און האבן אים מיטגענומען, אזוי ווי ער איז געווען, אינם שיפל; און נאך אנדערע שיפלעך זענען געווען מיט אים. 37און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט. 38און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום? 39און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 40און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן? 41און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 88Psalms 90 ►