AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 74
◄ Psalms 73
Psalms 74
תְּהִלִּים 74
Psalms 75 ►
1אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן.
1 פֿאַר װאָס, אלֹקים, האָסטו אונדז פֿאַרלאָזן אױף אײביק?
פֿאַר װאָס ברענט דײַן צאָרן אױף די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג?
2דערמאָן זיך אָן דײַן עדה װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט אַ מאָל,
װאָס דו האָסט אױסגעלײזט צום שבֿט פֿון דײַן אַרב;
אָן דעם באַרג צִיוֹן װאָס דו האָסט אױף אים גערוט.
3הײב אױף דײַנע טריט צו די אײביקע חורבֿות;
אַלץ האָט צעבראָכן דער שׂונא אין הײליקטום.
4דײַנע פֿײַנט האָבן געברילט אין מיטן פֿון דײַן זאַמלאָרט,
זײערע צײכנס האָבן זײ אױפֿגעשטעלט פֿאַר צײכנס.
5עס האָט זיך געדאַכט, װי מע װאָלט אױפֿהײבן אין דער הײך
העק אױפֿן געצװײַג פֿון אַ בױם.
6און אָט האָבן זײ אירע געשניצן מיט אַנאַנדער,
מיט אַ ברעכאײַזן און האַמערס צעהאַקט.
7זײ האָבן אָנגעצונדן אין פֿײַער דײַן מִקדָש,
צו דער ערד האָבן זײ פֿאַרשװעכט די װױנונג פֿון דײַן נאָמען.
8זײ האָבן געזאָגט אין זײער האַרצן:
לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן אין אײנעם;
זײ האָבן פֿאַרברענט אַלע זאַמלערטער פֿון אֵל אין לאַנד.
9אונדזערע צײכנס זעען מיר נישט,
נישטאָ מער קײן נבֿיא,
און נישטאָ בײַ אונדז װער זאָל װיסן ביז װאַנען.
10ביז װאַנען, אלֹקים, װעט לעסטערן דער פֿײַנט?
װעט שענדן דער שׂונא דײַן נאָמען נאָכאַנאַנד?
11פֿאַר װאָס האַלטסטו צוריק דײַן האַנט, דײַן רעכטע?
צי זי אַרױס פֿון דײַן בוזעם, פֿאַרלענד.
12אלֹקים איז דאָך מײַן קיניג פֿון אײביק אָן,
ער טוט ישועות אין לאַנד.
13דו האָסט צעברעקלט מיט דײַן שטאַרקײט דעם ים,
האָסט צעבראָכן די קעפּ פֿון די שלענג אױפֿן װאַסער.
14דו האָסט צעהאַקט די קעפּ פֿון לִויָתן,
אים געגעבן פֿאַר שפּײַז צום פֿאָלק, צו מדבר-לײַט.
15דו האָסט געשפּאָלטן קװאַלן און טײַכן,
דו האָסט אױסגעטריקנט מאַכטיקע שטראָמען.
16דײַן איז דער טאָג, דײַן אױך די נאַכט,
דו האָסט אָנגעברײט לבֿנה און זון.
17דו האָסט אױפֿגעשטעלט אַלע געמאַרקן פֿון דער ערד;
זומער און װינטער, זײ האָסט דו באַשאַפֿן.
18דערמאָן זיך אָן דעם, װי דער פֿײַנט האָט געלעסטערט ה׳,
און דאָס נידערטרעכטיקע פֿאָלק האָט געשענדט דײַן נאָמען.
19זאָלסט נישט איבערגעבן צו אַ חיה די זעל פֿון דײַן טורטלטױב,
זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אױף אײביק דאָס לעבן פֿון דײַנע אָרימע.
20קוק זיך אום אױף דעם ברית,
װאָרעם די פֿינצטערע װינקלען פֿון דער ערד
זײַנען פֿול מיט װױנונגען פֿון רױב.
21זאָל דער געשלאָגענער זיך נישט אומקערן פֿאַרשעמט,
זאָל דער אָרעמאַן און דער אבֿיון לױבן דײַן נאָמען.
22שטײ אױף, אלֹקים, קריג דײַן קריג,
געדענק דײַן לעסטערונג פֿון דעם נידערטרעכטיקן אַ גאַנצן טאָג.
23זאָלסט נישט פֿאַרגעסן דעם ליאַרעם פֿון דײַנע פֿײַנט,
דעם טומל פֿון דײַנע קעגנשטײער װאָס גײט אױף נאָכאַנאַנד.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 73Psalms 75 ►