1אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.
1 אלֹקים, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב;
זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן הֵיכל,
זײ האָבן געמאַכט ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנס.
2זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכט
פֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל,
דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד.
3זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושָלַיִם,
און נישט געװען קײן באַגרעבער.
4מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים,
אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.
5ביז װען ה׳ װעסטו צערענען אױף אײביק?
װעט ברענען װי פֿײַער דײַן קִנְאָה צאָרן?
6גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער
װאָס קענען דיך נישט,
און אױף די קיניגרײַכן
װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען.
7װאָרעם מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ,
און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט.
8זאָלסט אונדז נישט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע,
גיך זאָל אונדז אַנטקעגנ קומען דײַן דערבאַרעמונג,
װאָרעם מיר זײַנען געפֿאַלן זײער.
9שטײ אונדז בײַ, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,
צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען,
און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכַפּר אױף אונדזערע זינד,
פֿון װעגן דײַן נאָמען.
10נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: װוּ איז זײער ג-ט?
זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגן
די נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט.
11זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,
לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם
לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,
12און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם,
זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, אֲדֹנָי.
13און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג,
װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק,
אױף דור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.