AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 115
◄ Psalms 114
Psalms 115
תְּהִלִּים 115
Psalms 116 ►
1נישט אונדז, ה׳, נישט אונדז,
נײַערט דײַן נאָמען גיב כּבֿוד,
פֿון װעגן דײַן חֶסֶד,
פֿון װעגן דײַן טרײַשאַפֿט.
2פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער:
װוּ אַקאָרשט איז זײער ג-ט?
3אָבער אלוקינו איז אין הימל,
אַלץ װאָס ער באַגערט, טוט ער.
4זײערע געצנבילדער זײַנען זילבער און גאָלד,
דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.
5זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט,
זײ האָבן אױגן און זעען נישט;
6זײ האָבן אױערן און הערן נישט,
זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן נישט;
7הענט בײַ זײ, אָבער זײ קענען נישט אָנטאַפּן,
פֿיס בײַ זײ, אָבער זײ גײען נישט;
זײ טוען נישט אַ הױך מיט זײער קעל.
8זאָלן װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ,
איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.
9יִשׂרָאֵל, פֿאַרזיכער[1] זיך אױף ה׳.
ער איז זײער הילף און זײער שילד.
10הױז פֿון אַהרֹן, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.
ער איז זײער הילף און זײער שילד.
11איר פֿאָרכטער פֿון ה׳, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.
ער איז זײער הילף און זײער שילד.
12ה׳ האָט געדאַכט אָן אונדז, ער װעט בענטשן,
ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון אַהרֹן.
13ער װעט בענטשן די װאָס פֿאָרכטן ה׳,
די קלײנע אַזױ װי די גרױסע.
14ה׳ װעט אײַך מערן,
אײַך און אײַערע קינדער.
15געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
16די הימלען זײַנען די הימלען פֿון ה׳,
אָבער די ערד האָט ער געגעבן צו די מענטשנקינדער.
17נישט די טױטע װעלן לױבן ה׳,
און נישט די אַלע װאָס נידערן אין שטילן קבֿר.
18אָבער מיר װעלן בענטשן ה׳,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 114Psalms 116 ►