AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 114
◄ Psalms 113
Psalms 114
תְּהִלִּים 114
Psalms 115 ►
1אַז יִשׂרָאֵל איז אַרױס פֿון מִצרַיִם,
דאָס הױז פֿון יעקבֿ פֿון אַ װילדשפּראַכיקן פֿאָלק,
2איז יהוּדה געװאָרן פֿאַר זײַן הײליקטום,
יִשׂרָאֵל זײַן געװעלטיקונג.
3דער ים האָט דערזען און איז אַנטלאָפֿן,
דער יַרדן האָט אָפּגעטראָטן אַהינטער.
4די בערג זײַנען געשפּרונגען װי װידערס,
די הײכן װי יונגע שאָף.
5װאָס איז דיר, ים, װאָס דו לױפֿסט?
דו יַרדן, װאָס דו טרעטסט אָפּ אַהינטער?
6איר בערג, װאָס איר שפּרינגט װי װידערס?
איר הײכן – װי יונגע שאָף?
7פֿאַר אָדוֹן,[1] טו ציטערן, ערד,
פֿאַר דעם אֱלוֹהַּ (ג-ט) פֿון יעקבֿ,
8װאָס פֿאַרקערט דעם פֿעלדז אין אַ טײַך װאַסער,
קיזלשטײן אין אַ װאַסערקװאַל.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 113Psalms 115 ►