1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,
לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳.
2זאָל געבענטשט זײַן דער נאָמען פֿון ה׳
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
3פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג
װערט געלױבט דער נאָמען פֿון ה׳.
4ה׳ איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער,
איבער די הימלען איז זײַן פּראַכט.
5װער איז װי ה׳ אלוקינו,
װאָס טראָנט אין דער הײך?
6װאָס קוקט אַראָפּ טיף
אױף די הימלען און אױף דער ערד.
7ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן,
פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון,
8צו זעצן מיט פֿירשטן,
מיט די פֿירשטן פֿון זײַן פֿאָלק.
9ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז
אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).