AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 99
◄ Psalms 98
Psalms 99
תְּהִלִּים 99
Psalms 100 ►
1ה׳ טוט קיניגן,
זאָלן ציטערן די פֿעלקער;
ער טראָנט איבער די כּרובֿים,
זאָל זיך װאַקלען די ערד.
2ה׳ איז גרױס אין צִיוֹן,
און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער.
3זאָלן זײ לױבן דײַן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען
– הײליק איז ער! –
4און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט.
דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר,
רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן.
5דערהײבט ה׳ אלוקינו,
און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!
6משה און אַהרֹן זײַנען געװען צװישן זײַנע כּהנים,
און שמוּאֵל צװישן די װאָס רופֿן זײַן נאָמען;
זײ פֿלעגן רופֿן צו ה׳,
און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן.
7אין אַ װאָלקנזײַל פֿלעגט ער רעדן צו זײ;
זײ האָבן געהיט זײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},[1]
און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן.
8ה׳ אלוקינו, דו האָסט זײ געענטפֿערט:
אַ פֿאַרגעביקער אֵל ביסטו זײ געװען,
און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערע װעגן.
9דערהײבט ה׳ אלוקינו,
און בוקט זיך צו זײַן הײליקן באַרג,
װאָרעם הײליק איז ה׳ אלוקינו.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 98Psalms 100 ►