AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 100
◄ Psalms 99
Psalms 100
תְּהִלִּים 100
Psalms 101 ►
1אַ מיזמור פֿון דאַנקגעבונג.
1 שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד.
2דינט ה׳ מיט שׂימחה,
קומט פֿאַר אים מיט געזאַנג.
3װײסט אַז ה׳, ער איז אלֹקים;
ער האָט אונדז באַשאַפֿן, און זײַנע זײַנען מיר,
זײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון זײַן פֿיטערונג.
4קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק,
אין זײַנע הױפֿן מיט לױב;
גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.
5װאָרעם ה׳ איז גוט,
אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,
און ביז דור-דורות זײַן טרײַשאַפֿט.[1]
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 99Psalms 101 ►