1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מיזמור.
1 שאַלט צו אלֹקים, די גאַנצע ערד,
2באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען,
מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב.
3זאָגט צו אלֹקים: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק!
דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט.
4די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר
און זינגען צו דיר;
זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען.
סֶלָה.
5קומט און זעט די מעשׂים פֿון אלֹקים;
ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער.
6ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה,
צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך;
דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים.
7ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק,
זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער;
זאָלן די אָפּקערער זיך נישט דערהײבן.
סֶלָה.
8לױבט, איר פֿעלקער, אלוקינו,
און לאָזט הערן דעם קֹול פֿון זײַן לױב;
9דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן,
און האָט נישט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס.
10װאָרעם האָסט אונדז געפּרוּװט, אלֹקים;
האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער.
11האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג נעץ,
האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ דריקונג אױף אונדזערע לענדן.
12האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ,
מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער,
אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט.
13איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער,
איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים,
14װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט,
און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט.
15פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען,
מיט דעמפֿונג פֿון װידערס;
איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק.
סֶלָה.
16קומט הערט, אַלע יראי ה׳,
און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל.
17איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל,
און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג.
18װען איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן,
װאָלט נישט צוגעהערט אֲדֹנָי.
19אָבער אלֹקים האָט צוגעהערט,
ער האָט פֿאַרנומען דעם קֹול פֿון מײַן תּפֿילה.
20געלױבט איז אלֹקים װאָס ער האָט נישט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה,
און זײַן חֶסֶד פֿון מיר.