1אַ מיזמור.
1 זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
װאָרעם װוּנדער האָט ער געטאָן;
זײַן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן,
און זײַן הײליקער אָרעם.
[1]
2ה׳ האָט געלאָזט װיסן זײַן ישועה,
פֿאַר די אױגן פֿון פֿעלקער
האָט ער אַנטפּלעקט זײַן גערעכטיקײט.
3ער האָט געדאַכט אָן זײַן חֶסֶד
און זײַן טרײַשאַפֿט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל;
אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזען
די ישועה פֿון אלוקינו.
4שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד,
ברעכט אױס און זינגט און שפּילט.
5שפּילט צו ה׳ אױף אַ האַרף,
אױף אַ האַרף מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג.
6מיט טרומײטן און אַ קֹול פֿון שופֿר
שאַלט פֿאַר ה׳ דעם מלך.
7זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט,
די װעלט און די װױנער אין איר.
8די טײַכן זאָלן קלאַפּן די הענט,
די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם;
9פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד;
ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
און די פֿעלקער מיט יושר.