1און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים, און האָבן אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם געצעלט װאָס דָוִד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט, און זײ האָבן מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} פֿאַר ה׳. 2און אַז דָוִד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און די פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין נאָמען פֿון ה׳. 3און ער האָט אױסגעטײלט צו יעטװעדער אײנעם פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ לאַבן ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן.
4און ער האָט געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳, פֿון די לוִיִים פֿאַר באַדינער, און אױף צו דערמאָנען און דאַנקען און לױבן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: 5אָסָף דעם הױפּט, און דעם צװײטן צו אים, זכַריָהן, יעִיאֵלן, און שמירָמוֹתן, און יחיאֵלן, און מַתִּתיָהן, און אֶליאָבֿן, און בנָיָהוּן, און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און יעִיאֵלן, מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן; און אָסָף האָט געשפּילט אױף אַ צימבל; 6און בנָיָהוּ און יַחזיאֵל די כּהנים, מיט טרומײטן תּמיד פֿאַר דעם אָרון פֿון ג-טס ברית.
7דענצמאָל אין יענעם טאָג האָט דָוִד צוערשט געלאָזט געבן אַ דאַנק צו ה׳, דורך אָסָפֿן און זײַנע ברידער.
8גיט אַ דאַנק צו ה׳, רופֿט זײַן נאָמען,
לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.
923 זינגט צו אים, שפּילט צו אים,
רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.
10רימט זיך מיט זײַן הײליקן נאָמען;
זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן ה׳.
11פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
12דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן,
זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל,
13איר זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל זײַן קנעכט,
איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.
14ער איז ה׳ אלוקינו,
איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים.
15געדענקט אײביק זײַן ברית,
דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות.
16װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}
[1] מיט אבֿרהמען,
און זײַן שבֿועה צו יִצחָקן.
17און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ,
פֿאַר אַן אײביקן ברית צו יִשׂרָאֵל,
18אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן,
דעם טײל פֿון אײַער נחלה.
19אַז איר זײַט געװען געצײלטע מענטשן,
װינציק און פֿרעמדע דערין;
20און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק,
און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה,
21האָט ער נישט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן,
און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:
22איר זאָלט נישט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע,
און מײַנע נבֿיאים נישט בײז טאָן.
23זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד,
זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.
24דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,
צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.
25װאָרעם גרױס איז ה׳ און זײער גערימט,
און ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג‑טער.
26װאָרעם די ג‑טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק,
און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.
27גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים,
שטאַרקײט און פֿרײד זײַנען אין זײַן אָרט.
28גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,
גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.
29גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,
ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט פֿאַר אים,
בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.
30ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד;
אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען,
31זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און לוסטיק זײַן די ערד,
און זאָל מען זאָגן צװישן די פֿעלקער: ה׳ טוט קיניגן.
32זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט,
זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין.
33דענצמאָל זאָלן זינגען די בײמער פֿון װאַלד פֿאַר ה׳,
װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד.
34גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
35און זאָגט: העלף אונדז, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,
און זאַמל אונדז אײַן, און זײַ אונדז מציל פֿון די פֿעלקער,
צו לױבן דײַן הײליקן נאָמען,
זיך צו רימען מיט דײַן לױב.
36ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל
פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט.
און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: אָמן! און האָט געלױבט ה׳.
37און ער האָט דאָרטן געלאָזן פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אָסָפֿן און זײַנע ברידער צו באַדינען פֿאַרן אָרון תּמיד װי עס איז נײטיק טאָגטעגלעך. 38און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און זײערע ברידער, אַכט און זעכציק, און עוֹבֿד-אֶדוֹם דעם זון פֿון ידותונען, און חוֹסָהן, פֿאַר טױערלײַט. 39און צָדוֹק דעם כּהן, און זײַנע ברידער די כּהנים, פֿאַר דעם מישכּן פֿון ה׳ אױף דער בָמָה װאָס אין גִבֿעוֹן, 40אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳ אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} תּמיד, אין דער פֿרי און אין אָװנט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון ה׳ װאָס ער האָט באַפֿױלן יִשׂרָאֵל. 41און מיט זײ זײַנען געװען הֵימָן, און ידותון, און די איבעריקע אױסגעקליבענע װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען, אױף צו לױבן ה׳, װײַל אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד. 42און מיט זײ, מיט הֵימָנען און ידותונען, זײַנען געװען טרומײטן און צימבלען צום שפּילן, און כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון האלֹקים; און די זין פֿון ידותונען זײַנען געװען בײַם טױער.
43און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַװעק איטלעכער צו זײַן הױז, און דָוִד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט.