AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 33
◄ Jeremiah 32
Jeremiah 33
יִרְמְיָה 33
Jeremiah 34 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון אַ צװײט מאָל, װען ער איז נאָך געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ צו זאָגן: 2אַזױ האָט געזאָגט ה׳ װאָס האָט עס געמאַכט, ה׳ װאָס האָט דאָס געפֿורעמט עס אָנצוברײַטן, דער װאָס זײַן נאָמען איז ה׳: 3רוף מיך, און איך װעל דיר ענטפֿערן, און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן, און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט נישט. 4װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױף די הײַזער פֿון דער דאָזיקער שטאָט, און אױף די הײַזער פֿון די מלכים פֿון יהוּדה, װאָס זײַנען אײַנגעװאָרפֿן געװאָרן פֿאַר די ערדװאַלן און פֿאַר דער שטרײטמױער, 5װאָס זײ קומען מלחמה האַלטן דערױף מיט די כַּשׂדים, און זײ אָנצופֿילן מיט די פּגרים פֿון די מענטשן װאָס איך האָב געשלאָגן אין מײַן כּעס[1] און אין מײַן גרימצאָרן, און װאָס איבער אַל זײער בײז האָב איך פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון דער דאָזיקער שטאָט: 6זע, איך ברענג אױף איר אַ גענעזונג און אַ הײלונג, און װעל זי הײלן {רפא}[2]; און איך װעל זײ אַנטפּלעקן אַ שֶפֿע פֿון שלום און זיכערקײט. 7און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהוּדה, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יִשׂרָאֵל, און װעל זײ אױפֿבױען אַזױ װי פֿריער. 8און איך װעל זײ רײניקן פֿון אַל זײער חטא װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר, און װעל פֿאַרגעבן אַלע זײערע חטאָים װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו מיר, און װאָס זײ האָבן פֿאַרבראָכן אַקעגן מיר. 9און עס װעט מיר זײַן פֿאַר אַ נאָמען פֿון פֿרײד, פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ שײנקײט, בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, װאָס װעלן הערן אַל דאָס גוטס װאָס איך טו מיט זײ, און װעלן אַנגסטן און ציטערן פֿון װעגן אַל דעם גוטס און פֿון װעגן אַל דעם גליק װאָס איך באַשער איר.

10אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: עס װעט נאָך געהערט װערן אין דעם דאָזיקן אָרט, װאָס איר זאָגט, ער איז װיסט, אָן אַ מענטשן און אָן אַ בהמה, אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, װאָס זײַנען פֿאַרװיסט, אָן אַ מענטשן, און אָן אַ באַװױנער, און אָן אַ בהמה, 11דער קֹול פֿון לוסטיקײט און דער קֹול פֿון פֿרײד, דער קֹול פֿון אַ חתן און דער קֹול פֿון אַ כּלה, דער קֹול פֿון די װאָס זאָגן:

לױבט ה׳ צבָֿאוֹת,
װאָרעם ה׳ איז גוט,
װאָרעם אײביק איז זײַן חֶסֶד!

פֿון די װאָס ברענגען דאַנקאָפּפֿער {זֶבַֿח הַתּוֹדָה} אין הױז פֿון ה׳; װאָרעם איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דעם לאַנד אַזױ װי פֿריער, זאָגט ה׳.

12אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: עס װעט נאָך זײַן אין דעם דאָזיקן אָרט װאָס איז װיסט, אָן אַ מענטשן אָדער אַ בהמה, און אין אַלע זײַנע שטעט, אַ פֿיטערפּלאַץ פֿאַר פּאַסטוכער װאָס מאַכן הױערן שאָף. 13אין די שטעט פֿון דעם געבערג, אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און אין די שטעט פֿון דָרום, און אין לאַנד בנימין, און אַרום ירושָלַיִם, און אין די שטעט פֿון יהוּדה, װעלן װידער דורכגײן שאָף דורך דעם צײלערס הענט, זאָגט ה׳.

14זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל מקײם זײַן דעם גוטן צוזאָג װאָס איך האָב צוגעזאָגט אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה. 15אין יענע טעג, און אין יענע צײַט, װעל איך מאַכן שפּראָצן פֿון דָוִדן אַ צמח פֿון גערעכטיקײט,[3] און ער װעט טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד. 16אין יענע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהוּדה, און ירושָלַיִם װעט רוען אין זיכערקײט; און דאָס איז װאָס מע װעט זי רופֿן: ה׳ איז אונדזער גערעכטיקײט!

17װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: עס װעט נישט פֿאַרשניטן [כרת][4] װערן פֿון דָוִדן אַ מאַן צו זיצן אױף טראָן[5] פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; 18און אױך פֿון די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װעט נישט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון פֿאַר מיר, אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און צו דעמפֿן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער, אַלע טעג.[6]

19און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 20אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איר קענט פֿאַרשטערן מײַן ברית מיטן טאָג, און מײַן ברית מיט דער נאַכט, אַז טאָג און נאַכט זאָלן נישט זײַן אין זײער צײַט, 21װעט אױך מײַן ברית פֿאַרשטערט װערן מיט דָוִד מײַן קנעכט,[7] אַז פֿון אים זאָל נישט זײַן אַ זון צו קיניגן אױף זײַן טראָן,[8] און מיט די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי מײַנע דינער. 22אַזױ װי דער חיל פֿון הימל קען נישט געצײלט װערן, און דער זאַמד פֿון ים קען נישט געמאָסטן װערן, אַזױ װעל איך מערן דעם זאָמען פֿון מײַן קנעכט דָוִד, און די לוִיִים װאָס דינען מיר.

23און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 24האָסטו נישט געמערקט װאָס די דאָזיקע לײַט רעדן, אַזױ צו זאָגן: די צװײ משפּחות װאָס ה׳ האָט זײ געװעסט אױסדערװײלט, זײ האָט ער פֿאַראַכט? און מײַן פֿאָלק לעסטערן זײ, אַז עס איז מער נישט קײן אומה בײַ זײ. 25אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איך האָב נישט מײַן ברית מיט טאָג און נאַכט, די געזעצן פֿון ערד און הימל, נישט געמאַכט, 26װעל איך אױך פֿאַראַכטן דעם זאָמען פֿון יעקבֿ, און דָוִד מײַן קנעכט, נישט צו נעמען פֿון זײַן זאָמען הערשער איבער דעם זאָמען פֿון אבֿרהם, יִצחָק, און יעקבֿ; װאָרעם איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל זײ דערבאַרעמען.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 11 →

1און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים! 2און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איר טאט תפילה, זאלט איר זאגן: פאטער, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. זאל דיין מלכות קומען. 3גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט! 4און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.

5און ער האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך וועט האבן א פריינד, און ער וועט גיין צו אים אין מיטן דער נאכט און זאגן צו אים: פריינד, ליי מיר דריי לעבלעך ברויט, 6ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים; 7און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן! 8איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף. 9און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! 10ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן. 11און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש? 12אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש? 13דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!

14און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט. 15אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. 16און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל. 17ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז. 18און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער. 19און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים. 20אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך! 21ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן; 22ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב. 23ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט. 24ווען דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער אדורך איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאגט ער: איך וועל מיך אומקערן צו דעם הויז מיינעם, פון וואנען איך בין ארויס. 25און ער קומט און געפינט עס אויסגעקערט און אויסגעצירט. 26דעמאלט גייט ער און נעמט מיט זיבן אנדערע ערגערע גייסטער ווי ער איז אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארטן, און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב.

27און עס איז געשען, בשעת ער האט דאס גערעדט, האט א געוויסע פרוי פון דעם המון מענטשן אויפגעהויבן איר קול און געזאגט צו אים: אז וואויל איז דעם מוטערלייב, וואס האט דיך געטראגן, און די בריסט, וועלכע דו האסט געזויגן! 28ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!

29ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה. 30ווארום אזוי ווי יונה איז געווארן א צייכן פאר די אנשי נינוה, אזוי וועט דער בר אנש זיין פאר דעם דאזיקן דור. (יונה א, יז.) 31די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אינם משפט מיט די לייט פון דעם דאזיקן דור און וועט זיי פארמשפטן; ווייל זי איז געקומען פון די עקן פון דער ערד, צו הערן שלמהס חכמה און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי שלמה! (מלכים א י, א-יג.) 32מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פארמשפטן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.)

33קיינער צינדט נישט אָן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין. 34דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך. 35גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינצטערניש! 36אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.

37און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש. 38און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן. 39און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות. 40נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע? 41גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך! 42נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן קרייטעכצער, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן. 43וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער. 44וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!

45און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך! 46ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער. 47וויי איז צו אייך, ווייל איר בויט די קברים פון די נביאים, וואס אייערע פאטערס האבן זיי געהרגעט. 48אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים. 49צוליב דעם האט אויך די חכמה פון ה׳ געזאגט: איך וועל שיקן צו זיי נביאים און שליחים, און א טייל פון זיי וועלן זיי אומברענגען און רודפן; 50כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, 51פון דעם בלוט פון הבל ביז צום בלוט פון זכריה, וואס איז אומגעקומען צווישן דעם מזבח און דעם בית (המקדש); יא, איך זאג אייך, עס וועט געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, 52וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט!

53און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, האבן די סופרים און די פרושים אנגעהויבן צוצושטיין צו אים און אים צו שטעלן קשיות איבער מערערע זאכן מיט פארביטערונג; 54לויערנדיק אויף אים, צו כאפן עפעס פון זיין מויל.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 32Jeremiah 34 ►