1און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן: בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳. 2אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דער פֿײַנט האָט אױף אײַך געזאָגט: אַהאַ! אױך די אײביקע הײכן זײַנען אונדז צו ירושה געװאָרן. 3דערום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל און באַװײַל מע האָט אײַך פֿאַרװיסט און אײַנגעשלונגען פֿון רונד אַרום, כּדי איר זאָלט װערן אַ ירושה פֿאַר די איבעריקע פֿעלקער, און איר זײַט געקומען אױף דעם גערײד פֿון צינגער, און דער באַרײדערײַ פֿון מענטשן, 4דערום איר בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳ דעם האַר: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן, און צו די װיסטע חורבֿות, און צו די פֿאַרלאָזענע שטעט, װאָס זײַנען געװאָרן צו רױב און צו שפּאָט בײַ די איבעריקע פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום – 5דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: פֿאַר װאָר, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט װעגן די איבעריקע פֿעלקער, און װעגן אֶדוֹם אין גאַנצן, װאָס האָבן געמאַכט מײַן לאַנד פֿאַר זיך פֿאַר אַ ירושה, מיט שׂימחה פֿון גאַנצן האַרצן, מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, כּדי עס צו פֿאַרטרײַבן צוליב רױב. 6דערום זאָג נבֿיאות איבער דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, אין מײַן כּעס און אין מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט, װײַל די שאַנד פֿון די פֿעלקער האָט איר געטראָגן. 7דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: איך הײב אױף מײַן האַנט, אױב די פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום אײַך, זײ גופֿא, װעלן טראָגן זײער שאַנד!
8און איר, בערג פֿון יִשׂרָאֵל, װעט געבן אײַערע צװײַגן, און טראָגן אײַער פֿרוכט, פֿאַר מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; װאָרעם זײ זײַנען נאָנט צו קומען. 9װאָרעם אָט קום איך צו אײַך, און איך װעל זיך קערן צו אײַך, און איר װעט באַאַרבעט װערן, און פֿאַרזײט װערן. 10און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן, דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל אין גאַנצן; און די שטעט װעלן באַזעצט װערן, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. 11און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן און בהמות, און זײ װעלן זיך מערן און פֿרוכפּערן; און איך װעל אײַך באַזעצן װי אין אײַערע פֿריִערדיקע צײַטן, און װעל אײַך באַגיטיקן מער װי אין אײַער אָנהײב; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 12און איך װעל מאַכן אומגײן אױף אײַך מענטשן, מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; און זײ װעלן דיך אַרבן, און װעסט זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה, און װעסט זײ מער נישט װידער פֿאַרװאַרפֿן. 13אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל מע זאָגט צו אײַך: אַ מענטשנעסערין ביסטו, און אַ פֿאַרװאַרפֿערין פֿון פֿעלקער ביסטו געװאָרן. 14דערום װעסטו מענטשן מער נישט עסן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער נישט פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 15און איך װעל דיך מער נישט מאַכן הערן די שאַנד פֿון די פֿעלקער, און די חרפּה פֿון די אומות װעסטו מער נישט טראָגן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער נישט מאַכן שטרױכלען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
16און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 17מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זיצנדיק אױף זײער ערד, האָבן זײ זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער װעג און מיט זײערע מעשׂים; אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון אַן אָפּגעזונדערטער פֿרױ איז געװען זײער װעג פֿאַר מיר. 18און איך האָב אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן גרימצאָרן פֿאַר דעם בלוט װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אין לאַנד, און װײַל מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ עס פֿאַראומרײניקט. 19און איך האָב זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און זײ זײַנען צעװאָרפֿן געװאָרן אין די לענדער; לױט זײער װעג און לױט זײערע מעשׂים האָב איך זײ געמשפּט. 20און אַז זײ זײַנען געקומען צו די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין, האָבן זײ פֿאַרשװעכט מײַן הײליקן נאָמען, אַז מע האָט אױף זײ געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון ה׳ זײַנען די דאָזיקע, און פֿון זײַן לאַנד קומען זײ אַרױס. 21און איך האָב געשױנט מײַן הײליקן נאָמען, װאָס דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט אים פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין.
22דערום זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: נישט פֿון אײַערט װעגן טו איך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, נײַערט פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקער װאָס איר זײַט געקומען אַהין. 23און איך װעל הײליקן מײַן גרױסן נאָמען, װאָס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן זײ; און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, װען איך װער געהײליקט דורך אײַך פֿאַר זײערע אױגן. 24און איך װעל אײַך צונױפֿנעמען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע לענדער, און אײַך ברענגען אױף אײַער ערד. 25און איך װעל שפּריצן אױף אײַך רײנע װאַסער, און איר װעט רײן װערן; פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן און פֿון אַלע אײַערע אָפּגעטער װעל איך אײַך רײניקן. 26און איך װעל אײַך געבן אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט[1] װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון אײַער לײַב, און װעל אײַך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש. 27און מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און װעל מאַכן אַז אין מײַנע חוקים זאָלט איר גײן, און מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן און טאָן. 28און איר װעט װױנען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אײַערע עלטערן, און איר װעט זײַן מײַן פֿאָלק, און איך װעל זײַן אײַער אלֹקים. 29און איך װעל אײַך העלפֿן פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן, און איך װעל רופֿן צו דער תּבֿואה, און װעל זי מערן, און װעל נישט געבן אױף אײַך קײן הונגער. 30און איך װעל מערן די פֿרוכט פֿון בױם, און די װאַקסונג פֿון פֿעלד, כּדי איר זאָלט מער נישט אױסשטײן די חרפּה פֿון הונגער צװישן די פֿעלקער. 31און איר װעט זיך דערמאָנען אײַערע שלעכטע װעגן, און אײַערע מעשׂים װאָס זײַנען נישט גוט געװען, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן איבער אײַערע זינד און איבער אײַערע אומװערדיקײטן. 32נישט פֿון אײַערט װעגן טו איך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; זאָל דאָס באַװוּסט זײַן צו אײַך; זײַט אין בושה און שעמט אײַך פֿאַר אײַערע װעגן, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
33אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס איך רײניק אײַך פֿון אַלע אײַערע זינד, װעל איך באַזעצן די שטעט, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. 34און דאָס פֿאַרװיסטע לאַנד װעט באַאַרבעט װערן, אַנשטאָט װאָס עס איז געװען אַ װיסטעניש פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן דורכגײער. 35און מע װעט זאָגן: דאָס דאָזיקע לאַנד דאָס פֿאַרװיסטע איז געװאָרן װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן, און די שטעט די חרבֿע און פֿאַרװיסטע און צעשטערטע זײַנען באַפֿעסטיקטע באַזעצט. 36און װיסן װעלן די פֿעלקער װאָס װעלן איבערבלײַבן רונד אַרום אײַך, אַז איך ה׳ האָב אָפּגעבױט די צעשטערטע ערטער, האָב באַפֿלאַנצט דאָס פֿאַרװיסטע; איך ה׳ האָב גערעדט און װעל טאָן.
37אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אױך דערין װעל איך זיך לאָזן דערבעטן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײ צו טאָן: איך װעל זײ מערן מענטשן װי שאָף. 38װי די הײליקע שאָף, װי די שאָף פֿון ירושָלַיִם אין אירע יוֹם-טובֿים, אַזױ װעלן זײַן די חרבֿע שטעט פֿול מיט מענטשנשאָף; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
1ווארום מיר ווייסן, אז ווען דאס געצעלט, אונדזער ערדיש הויז, וועט צעשטערט ווערן, האבן מיר א בנין פון ה׳, א הויז, נישט מיט הענט געמאכט, אן אייביקס, אין הימל. 2ווארום אין דעם דאזיקן זיפצן מיר, בענקענדיק אנגעקליידט צו ווערן מיט אונדזער וואוינונג, וואס איז פון הימל; 3און אויב מיר וועלן טאקע אנגעקליידט ווערן, וועלן מיר נישט געפונען ווערן נאקעטע. 4ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן. 5און דער, וועלכער האט אונדז צוגעגרייט דערצו, איז ה׳, וואס האט אונדז אויך געגעבן דעם ערבון פון דעם גייסט. 6דעריבער זענען מיר תמיד געטרייסט און ווייסן, אז כל זמן מיר וואוינען אינם גוף, זענען מיר נישט אינדערהיים ביי דעם האר. 7ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח. 8מיר זענען געטרייסט, און ווילן ליבער אויסוואנדערן פון דעם גוף און זיין אינדערהיים ביים האר. 9דערפאר שטרעבן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאר אים. 10ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.
11דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס. 12מיר רעקאמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאר געבן אייך א געלעגנהייט זיך צו רימען מיט אונדז, כדי איר זאלט האבן עפעס קעגן די, וועלכע בארימען זיך מיטן פנים און נישט מיטן הארצן. 13ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן. 14ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן; 15און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען. 16דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער. 17דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! 18און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; 19ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.
20מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)! 21ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).