AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 43
◄ Isaiah 42
Isaiah 43
יְשַעְיָה 43
Isaiah 44 ►
1און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט ה׳ דײַן בורא, יעקבֿ,
און דײַן פֿורעמער, יִשׂרָאֵל;
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך לײז דיך אױס,
איך רוף דיך בײַם נאָמען, מײַנער ביסטו.
2אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,
און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;
און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,
און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.
3װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט,
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, דײַן העלפֿער;
איך גיב מִצרַיִם פֿאַר דײַן אױסלײז,
כּוּש און סבֿאָ אַנשטאָט[1] דיר.
4װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן,
געאַכט, און איך האָב דיך ליב;
דערום גיב איך מענטשן אַנשטאָט דיר,
און פֿעלקער אַנשטאָט דײַן לעבן.
5זאָלסט נישט מורא האָבן,
װאָרעם איך בין מיט דיר;
פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען,
און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;
6איך װעל זאָגן צו צפֿון: גיב אַהער!
און צו דָרום: זאָלסט נישט צוריקהאַלטן!
ברענג מײַנע זין פֿון דער װײַט,
און מײַנע טעכטער פֿון עק ערד;
7איטלעכן װאָס װערט גערופֿן מיט מײַן נאָמען,
און װאָס איך האָב אים פֿאַר מײַן כּבֿוד באַשאַפֿן,
אים געפֿורעמט און אים געמאַכט.
8ציט אַרױס דאָס פֿאָלק[2] װאָס איז בלינד[3], און האָט אױגן,
און די װאָס זײַנען טױב, און האָבן אױערן.
9אַלע פֿעלקער זאָלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם,
און לאָזן זיך אױפֿקלײַבן די אומות;
װער צװישן זײ קען דאָס זאָגן,
און פֿאַרױסגעזענס אונדז לאָזן הערן?
זאָלן זײ ברענגען זײערע עדות, און גערעכט זײַן,
און זאָל מען הערן און זאָגן: עס איז אמת.
10איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳,
און מײַן קנעכט װאָס איך האָב אױסדערװײלט,
כּדי איר זאָלט װיסן, און גלױבן[4] אין מיר,
און פֿאַרשטײן אַז איך בין דאָס;
פֿאַר מיר איז נישט געשאַפֿן געװאָרן קײן אֵל,
און נאָך מיר װעט נישט זײַן. [5]
11איך, איך בין ה׳,
און חוץ מיר איז קײן העלפֿער נישטאָ.[6]
12איך האָב אָנגעזאָגט און געהאָלפֿן,
און איך האָב געמאַכט הערן,
און נישט אַ פֿרעמדער איז געװען צװישן אײַך;
און איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳,
אַז איך בין אֵל.
13אױך הײַנט בין איך דער אײגענער,
און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט;
איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?
14אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אײַער אױסלײזער {גֹּואֵל},[7]
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל:
פֿון אײַערט װעגן שיק איך קײן בָבֿל,
און װעל זײ אַלע מאַכן נידערן אַנטלאָפֿענע,
און די כַּשׂדים – אין זײערע לוסטיקע שיפֿן.
15איך בין ה׳, אײַער הײליקער,
דער באַשעפֿער פֿון יִשׂרָאֵל, אײַער קיניג.
16אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער װאָס האָט געגעבן דורכן ים אַ װעג,
און דורך מאַכטיקע װאַסערן אַ שטעג;
17װאָס האָט געלאָזט אַרױסציען
רײַטװעגן און פֿערד, חיל און שטאַרקײט,
זײ זאָלן ליגן אין אײנעם, זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן –
זײ האָבן געצאַנקט, זײ האָבן װי אַ קנױט זיך אױסגעלאָשן:
18איר זאָלט נישט דערמאָנען דאָס פֿריִערדיקע,
און דאָס אַמאָליקע זאָלט איר נישט באַרטראַכטן.
19אָט טו איך אַ נײַס;
אַצונד שפּראָצט עס; דערקענט איר עס נישט?
יאָ, איך װעל מאַכן אין מדבר אַ װעג,
אין דער װיסטעניש טײַכן.
20ערלעכן װעט מיך די חיה פֿון פֿעלד,
שאַקאַלן און שטרױספֿױגלען,
װײַל איך גיב אין מדבר װאַסער,
טײַכן אין דער װיסטעניש,
אָנצוטרינקען מײַן פֿאָלק, מײַן אױסדערװײלטס;
21דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב מיר באַשאַפֿן,
זײ זאָלן דערצײלן מײַן לױב.
22און מיך האָסטו נישט גערופֿן, יעקבֿ,
אַז דו זאָלסט זײַן מיד פֿון מיר, יִשׂרָאֵל;
23האָסט מיר נישט געבראַכט דאָס לאַם[8] פֿון דײַנע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה},[9]
און מיט דײַנע שלאַכטאָפּפֿער האָסטו מיך נישט געערלעכט;
איך האָב דיך נישט באַשװערט מיט שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה},
און דיך נישט מיד געמאַכט מיט װײַרעך.
24האָסט מיר נישט געקױפֿט פֿאַר געלט געװירצראָר,
און מיט פֿעטס פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער מיך נישט געזעט;
נײַערט האָסט מיך באַשװערט מיט דײַנע חטאָים,
מיך מיד געמאַכט מיט דײַנע זינד.
25איך, איך בין דער װאָס מעק אױס
דײַנע איבערטרעטן {פֶּשַׁע}[10] פֿון מײַנעט װעגן,
און דײַנע חטאָים װעל איך נישט דערמאָנען.
26דערמאָן מיר, לאָמיר זיך משפּטן מיט אַנאַנדער,
דערצײל דו, כּדי זאָלסט גערעכט זײַן.
27דײַן ערשטער פֿאָטער האָט געזינדיקט,
און דײַנע פֿירשפּרעכער האָבן געבראָכן אָן מיר.
28דערום האָב איך פֿאַרשװעכט די האַרן פֿון הײליקטום,
און געגעבן צו פֿאַרװיסטונג יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל צו לעסטערונג.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteHebrews 8 →

1נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען, 2א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש. 3ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין. 4דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה; 5וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג. 6אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות. 7ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן. 8ווייל ווען מאכנדיק פארוואורפן צו זיי, זאגט ער:

אָט קומען טעג, זאגט דער האר (ג‑ט)
און איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל
און בית יהודה א נייעם בונד,
9נישט לויט דעם בונד, וועלכן איך האב געמאכט
מיט זייערע אבות אינם טאג,
ווען איך האב זיי אנגענומען ביי דער האנט
זיי ארויסצופירן פון מצרים,
ווייל זיי זענען נישט געבליבן אין מיין בונד
און איך האב זיי פארווארפן, זאגט דער האר (ג‑ט).
10ווארום דאס איז דער בונד,
וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג,
זאגט דער האר (ג‑ט):
איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד,
און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן;
און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
11און וועלן מער נישט לערנען יעדער איינער זיין חבר,
און יעדער איינער דעם ברודער זיינעם, אזוי צו זאגן:
דערקען דעם האר (ג‑ט), ווייל אלע וועלן מיך קענען,
פון דעם קלענסטן ביז צום גרעסטן פון זיי;
12ווייל איך וועל זיין רחמנותדיק אויף זייערע אומגערעכטיקייטן,
און זייערע זינד וועל איך מער נישט געדענקען.
(ירמיהו לא, ל-לג.)

13און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 42Isaiah 44 ►