AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 51
◄ Psalms 50
Psalms 51
תְּהִלִּים 51
Psalms 52 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן, 2װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.
3 לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לױט דײַן חֶסֶד,
לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן.
4 װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד,
און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן.
5 װאָרעם איך װײס מײַנע פֿאַרברעכן,
און מײַן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן.
6 צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט,
און װאָס איז שלעכט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן;
דערום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין דײַן רעדן,
ביסטו גערעכט אין דײַן משפּטן.
7 זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן,
און אין חטא האָט מיך מײַנע מוטער פֿאַרשװענגערן.
8 אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן,
טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.
9 זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזוֹבֿ-גראָז,
אַז איך זאָל רײן װערן,
זאָלסט מיך װאַשן,
ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.
10 זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
11 פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים,
און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.
12 אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים,
און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.
13 זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר,
און דײַן רוּחַ הקדש זאָלסטו נישט אַװעקנעמען פֿון מיר.
14 קער מיר אום די פֿרײד פֿון דײַן הילף,
און אַ פֿרײַ גײַסט זאָלסטו מיר שענקען.
15 איך װעל לערנען פֿאַרברעכער דײַנע װעגן,
און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר.
16 זײַ מיך מציל פֿון בלוטיקײט,
אלֹקים, דו אלֹקים פֿון מײַן הילף;
זאָל מײַן צונג זינגען דײַן גערעכטיקײט.
17 אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען,
און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.
18 װאָרעם באַגערסט נישט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן,
אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו נישט.
19 די שלאַכטאָפּפֿער פֿון אלֹקים זײַנען אַ צעבראָכן גײַסט,
אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ, אלֹקים, פֿאַראַכטסטו נישט.
20 באַגיטיק אין דײַן באַװיליקונג צִיוֹן,
בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושָלַיִם.
21 דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט,
בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער;
דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף דײַן מזבח.
Brit Chadasha FootnoteEphesians 4 →

1דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן, 2מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע, 3און זייט פלייסיק אפצוהיטן די אחדות פון דעם גייסט אין דעם קנופ פון שלום: 4איין גוף און איין גייסט, ווי איר זענט אויך גערופן געווארן אין איין האפענונג פון אייער רוף; 5איין האר, איין אמונה, איין מקווה; 6איין ג‑ט און פאטער פון אלעמען, וועלכער איז איבער אלעמען און דורך אלעמען און אין אלעמען. 7נאר יעדן איינעם פון אונדז איז דער חסד געגעבן געווארן לויט דער מאס פון דעם משיחס מתנה. 8דערפאר זאגט ער:

ווען ער איז ארויפגעגאנגען אינדערהויך,
האט ער געפאנגענשאפט גענומען געפאנגען
און געגעבן מתנות צו די מענטשן.
(תהלים סח, יט.)

9און דאס ער איז ארויפגעגאנגען, וואס באטייט עס, אויב נישט אז ער איז אויך אראפגעגאנגען אין די נידריקסטע טיילן פון דער ערד? 10דער, וואס איז אראפגעגאנגען, איז דער זעלביקער, וואס איז ארויפגעגאנגען העכער פון אלע הימלען, כדי אלץ ממלא צו זיין. 11און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים; 12צו דער פארפאלקאמונג פון די הייליקע פאר דעם טאן פון דער עבודה, צום אויפבויען פון דעם משיחס גוף, 13ביז מיר אלע וועלן דערגרייכן צו דער אחדות פון אמונה און דערקענטעניש פון דעם זון פון דער אויבערשטער, צום פאלקאמענעם מענטשן, צו דער מאס פון דעם וואוקס פון משיחס פולקייט; 14כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן; 15נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח, 16פון וועמען דער גאנצער גוף, זייענדיק צוזאמענגעפאסט און צוזאמענגעבונדן, דורך אלע געלענקען, וואס (איינס) העלפט (דאס אנדערע), וואס לויט דעם כוח אין מאס פון יעדן אבר באזונדער, מאכט וואקסן דעם גוף, זיך אויפצובויען אין ליבע.

17דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל, 18וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ; 19האבנדיק פארלוירן יעדעס געפיל, האבן זיי זיך איבערגעגעבן צו צעלאזנקייט, צו טאן יעדע טומאה אין (שייכות מיט) געלטגייציקייט. 20איר אבער האט נישט אזוי געלערנט דעם משיח; 21אויב איר האט באמת פון אים געהערט און זענט געלערנט געווארן אין אים—ווי דער אמת איז אין יהושען/ישוען— 22אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות, 23און באנייט ווערן אינם גייסט פון אייער פארשטאנד. 24און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.

25דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן. 26צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; 27און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט. 28זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט. 29זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס. 30און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה. 31יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; 32ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 50Psalms 52 ►