1אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.
דער אֵל פֿון ג‑טער, ה׳, האָט גערעדט און גערופֿן די ערד,
פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג.
2פֿון צִיוֹן דער קרױן פֿון שײנקײט,
האָט אַרױסגעשײַנט אלֹקים.
3אלוקינו קומט, און ער שװײַגט נישט,
אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער,
און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק.
4ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן,
און צו דער ערד, כּדי צו משפּטן זײַן פֿאָלק:
5זאַמלט מיר אײַן מײַנע פֿרומע,
די װאָס שליסן מײַן ברית איבער שלאַכטאָפּפֿער.
6און די הימלען זאָגן אָן זײַן גערעכטיקײט,
װאָרעם אלֹקים, ער איז אַ ריכטער.
סֶלָה.
7הער מײַן פֿאָלק, און איך װעל רעדן,
יִשׂרָאֵל, און איך װעל דיך װאָרענען:
אלֹקים דײַן ג-ט בין איך.
8נישט אום דײַנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן;
דײַנע בראַנדאָפּפֿער זײַנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר.
9איך װיל נישט נעמען פֿון דײַן הױז קײן אָקס,
פֿון דײַנע שטאַלן קײן בעק.
10װאָרעם מײַן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד,
די בהמות אױף טױזנט בערג.
11איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג,
און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז בײַ מיר.
12אַז איך זאָל הונגעריק זײַן, װעל איך דיר נישט זאָגן,
װאָרעם מײַן איז די װעלט און איר פֿולקײט.
13צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן?
אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?
14שלאַכט צו אלֹקים אַ דאַנקאָפּפֿער,
און באַצאָל עליון אױבערשטער דײַנע נדרים.
15און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט,
װעל איך דיך דערלײזן, און דו װעסט מיך ערלעכן.
16און צום רשע האָט אלֹקים געזאָגט:
װי קומסטו צו דערצײלן מײַנע געזעצן,
און נעמען מײַן ברית אױף דײַן מױל?
17אַז דו האָסט פֿײַנט מוסר,
און האָסט געװאָרפֿן מײַנע װערטער הינטער דיר.
18אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ,
האָסטו זיך געפֿרײַנטלט מיט אים,
און מיט נוֹאפֿים איז געװען דײַן טײל.
19דײַן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן,
און דײַן צונג פֿלעכט באַטרוג.
20זיצסטו, באַרעדסטו דײַן ברודער,
דעם זון פֿון דײַן מוטער באַנַװלסטו.
21דאָס האָסטו געטאָן, און איך האָב געזאָלט שװײַגן?
האָסטו געדאַכט, זײַן װי דו װעל איך זײַן;
װעל איך דיך שטראָפֿן, און דיר לײגן פֿאַר דײַנע אױגן.
22מערקט דאָס אַקאָרשט, איר װאָס פֿאַרגעסט אָן אֱלוֹהַּ (ג-ט),
כּדי איך זאָל נישט פֿאַרצוקן, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.
23דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער, ערלעכט מיך,
אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג,
אים װעל איך װײַזן די ישועה פֿון אלֹקים.