AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 18
◄ Psalms 17
Psalms 18
תְּהִלִּים 18
Psalms 19 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן, װאָס האָט גערעדט צו ה׳ די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער מאַכט פֿון שָאולן. 2און ער האָט געזאָגט:
1 איך האָב דיך ליב, ה׳ מײַן שטאַרקײט;
3 ה׳ איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,
און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען.
מײַן אֵל איז מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים,
מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם.
4 איך רוף: ברוך ה׳!
און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.
5 אַרומגערינגלט האָבן מיך שטריק פֿון שְׁאֹול,
און טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן.
6 שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט,
אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.
7 האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו ה׳,
און צו מײַן ג-ט האָב איך געשריִען;
האָט ער געהערט פֿון זײַן הֵיכל מײַן קֹול,
און מײַן געשרײ פֿאַר אים איז געקומען אין זײַנע אױערן.
8 און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד,
און די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג האָבן געציטערט;
זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט.
9 אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז,
און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט;
קױלן האָבן געברענט פֿון אים.
10 און ער האָט גענײגט דעם הימל און גענידערט,
מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.
11 און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן,
און געשװעבט אױף פֿליגלען פֿון װינט.
12 ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש זײַן באַהעלטעניש,
זײַן בײַדל אַרום אים –
אַ חושך פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.
13 פֿון דעם שימער פֿאַר אים זײַנען זײַנע װאָלקנס צעגאַנגען
אין האָגל און פֿײַערקױלן.
14 און געדונערט אין הימל האָט ה׳,
און דער עליון האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול,
מיט האָגל און פֿײַערקױלן.
15 און ער האָט אַרױסגעשיקט זײַנע פֿײַלן און זײ צעשפּרײט,
און בליצן געשאָסן, און זײ פֿאַרטומלט.
16 און די גראָבנס פֿון װאַסערן האָבן זיך באַװיזן,
און די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן,
פֿון דײַן אָנגעשרײ, ה׳,
פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון דײַן נאָז.
17 ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען,
מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.
18 ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט,
און פֿון מײַנע שָׂונאים,
װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.
19 זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך,
אָבער ה׳ איז מיר צום אָנלען געװען.
20 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש,
מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.
21 ה׳ האָט מיר פֿאַרגאָלטן לױט מײַן גערעכטיקײט,
לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָט ער מיר אומגעקערט.
22 װאָרעם איך האָב געהיט די װעגן פֿון ה׳,
און נישט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן ג-ט.
23 װאָרעם אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר,
און זײַנע חוקים טו איך נישט אָפּ פֿון מיר.
24 און איך בין געװען צו אים גאַנץ,
און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.
25 דערום האָט מיר ה׳ אומגעקערט לױט מײַן גערעכטיקײט,
לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט פֿאַר זײַנע אױגן.
26 מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק,
מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.
27 מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן,
און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.
28 װאָרעם דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן,
און הױכע אױגן דערנידערסטו.
29 װאָרעם דו מאַכסט לײַכטן מײַן ליכט;
ה׳ מײַן ג-ט באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.
30 װאָרעם מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה,
און מיט מײַן ג-ט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
31 הָאֵל – זײַן װעג איז גאַנץ;
דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געלײַטערט;
ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
32 װאָרעם װער איז אֱלוֹהַּ אױסער ה׳?
און װער אַ פֿעלדז אַחוץ אלוקינו?
33 הָאֵל װאָס באַגורט מיך מיט שטאַרקײט,
און מאַכט גלײַך מײַן װעג.
34 ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן,
און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.
35 ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה,
און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.
36 און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף,
און דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער,
און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
37 האָסט דערברײטערט מײַן טריט אונטער מיר,
און נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.
38 איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ דערגרײכט,
און זיך נישט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.
39 איך האָב זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען נישט אױפֿשטײן;
זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.
40 און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה,
האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.
41 און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר,
און מײַנע שָׂונאים, זײ האָב איך פֿאַרשניטן.
42 זײ האָבן געשריִען, און קײן העלפֿער איז נישט געװען,
צו ה׳ – און ער האָט זײ נישט געענטפֿערט.
43 און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿאַרן װינט,
װי גאַסנקױט זײ אַרױסגעװאָרפֿן.
44 האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון פֿאָלק,
האָסט מיך געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון די אומות;
אַ פֿאָלק װאָס איך קען נישט טוט מיר דינען,[1]
45 פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר;
די קינדער פֿון פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר.
46די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט,
און זײ קומען ציטערנדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
47עס לעבט ה׳, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז,
און דערהױבן איז דער אלֹקים פֿון מײַן הילף;
48 הָאֵל װאָס גיט מיר נקמות
און אונטערטעניקט די אומות אונטער מיר.
49 ער מאַכט מיך אַנטרינען פֿון מײַנע פֿײַנט;
יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך,
פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.
50 דערום לױב איך דיך, ה׳, צװישן די פֿעלקער,
און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.
51 ער גרײסט די ישועות פֿון זײַן מלך,
און ער טוט חֶסֶד מיט זײַן געזאַלבטן,
מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 15 →

1מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן. 2זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג. 3ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.) 4ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג. 5און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע; 6כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

7דערפאר זאלט איר מקרב זיין איינער דעם אנדערן, ווי אויך דער משיח האט אונדז מקרב געווען, צו ה׳ס כבוד. 8ווארום איך זאג, משיח איז געבוירן געווארן צו זיין א משרת פון די געמלטע צוליב דעם אמת פון ה׳, כדי צו באשטעטיקן די הבטחות צו די אבות, 9און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.) 10און ווידער ווערט געזאגט: פריידט זיך, איר אומות (העולם), מיט זיין פאלק. (דברים לב, מג.) 11און ווידער: לויבט דעם האר (ג‑ט), איר אלע אומות (העולם), און גיט אים א שבח, אלע פעלקער. (תהלים קיז, א.) 12און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.) 13און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.

14מיינע ברידער, איך אליין בין בטוח וועגן אייך, אז איר זענט פול מיט גוטסקייט, אנגעפילט מיט יעדן וויסן, און זענט אימשטאנד צו זאגן שטראף רייד איינער דעם אנדערן. 15איך אבער האב געשריבן צו אייך, טיילווייז דרייסט, אזוי ווי אייך צו דערמאנען דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פון ה׳, 16צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.

17איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳. 18ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש, 19מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח; 20פלייסנדיק מיך אזוי, אנצוזאגן די בשורה טובה וואו משיחס נאמען איז נאך נישט געווען באקאנט, כדי איך זאל נישט בויען אויף אן אנדערנס יסוד, 21נאר ווי עס שטייט געשריבן: זיי, וועמען עס איז נישט דערציילט געווארן וועגן אים, וועלן זען, און די, וואס האבן נישט געהערט, וועלן פארשטיין. (ישעיהו נב, טו.)

22צוליב וועלכן איך בין טאקע מערערע מאל געשטערט געווארן צו קומען צו אייך. 23אבער איצט, שוין נישט האבנדיק קיין ארט אין די דאזיקע מקומות און לעכצנדיק יארנלאנג צו קומען צו אייך, 24וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך.

25איצט אבער פאר איך קיין ירושלים, צו דינען די קדושים. 26ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים. 27ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן. 28דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען. 29און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה.

30איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳, 31כדי איך זאל ניצול ווערן פון די ווידערשפעניקע אין יהודה, און אז מיין דינסט אין ירושלים זאל זיין אנגענעם צו די קדושים; 32כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך. 33און דער ג‑ט פון שלום זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 17Psalms 19 ►