AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 33
◄ Deuteronomy 32
Deuteronomy 33
דְבָֿרִים 33
Deuteronomy 34 ►
וְזֹאת הַברָכָה

1און דאָס איז די ברכה װאָס משה דער מאַן פֿון ג-ט האָט געבענטשט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן טױט.[1]

2און ער האָט געזאָגט:
ה׳ איז פֿון סינַי געקומען,
און אױפֿגעשײַנט פֿון שֵׂעִיר אױף זײ;
ער האָט אַרױסגעשראַלט פֿון באַרג פּאָרָן,
און געקומען פֿון די הײליקע צענטױזנטן,
אין זײַן רעכטער האַנט אַ פֿײַערדיק געזעץ פֿאַר זײ.
3יאָ, דו ליבהאָבער פֿון די שבֿטים,
אַלע זײערע הײליקע זײַנען בײַ דײַן האַנט;
און זײ ליגן צו דײַנע פֿיס,
זײ נעמען אױף דײַנע רײד.
4אַ תּורה האָט אונדז משה באַפֿױלן,
אַ ירושה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג פֿון יעקבֿ.
5און אַ מלך איז געװען אין ישוּרוּן,
װען די קעפּ פֿון פֿאָלק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט,
אין אײנעם אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.
6לעבן זאָל ראובֿן און נישט שטאַרבן,
און זײַנע מענטשן זאָלן נישט זײַן געצײלטע.
7און דאָס אױף יהוּדה; און ער האָט געזאָגט:
הער צו, ה׳, דעם קֹול פֿון יהוּדה,
און צו זײַן פֿאָלק זאָלסטו אים ברענגען;
זײַנע הענט זאָלן פֿאַר אים שטרײַטן,
און אַ הילף פֿון זײַנע פֿײַנט זאָלסטו זײַן.
8און אױף לֵוִי האָט ער געזאָגט:
דײַנע אורים-ותּומים צו דײַן פֿרומען מאַן,
װאָס דו האָסט אים אין מַסָה געפּרוּװט,
אים געשטראָפֿט פֿאַרן װאַסער פֿון מריבֿה;
9װאָס האָט געזאָגט אױף זײַן פֿאָטער און אױף זײַן מוטער:
איך האָב זײ נישט געזען;
און האָט זײַנע ברידער נישט דערקענט,
און זײַנע קינדער נישט געװאָלט װיסן;
װאָרעם זײ האָבן געהיט דײַן װאָרט,
און דײַן ברית האָבן זײ געהאַלטן.
10זײ לערנען דײַנע געזעצן יעקבֿן,
און דײַן תּורה יִשׂרָאֵלן;
זײ טוען װײַרעך אין דײַן נאָז,
און גאַנצאָפּפֿער אױף דײַן מזבח.
11בענטש, ה׳, זײַן פֿאַרמעג,
און דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זאָלסטו באַװיליקן;
צעהאַק די לענדן פֿון זײַנע פֿײַנט,
אַז זײַנע שָׂונאים זאָלן נישט אױפֿשטײן.
12אױף בנימין האָט ער געזאָגט:
דער באַליבטער פֿון ה׳
װעט רוען בײַ אים אין זיכערקײט;
ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג,
און צװישן זײַנע אַקסלען טוט ער רוען.
13און אױף יוֹסף האָט ער געזאָגט:
געבענטשט פֿון ה׳ זאָל זײַן לאַנד זײַן,
מיטן טײַערסטן פֿון הימל, מיט טױ,
און מיטן תּהום װאָס הױערט אונטן;
14און מיט טײַערסטע פֿרוכטן פֿון זון,
און מיט טײַערסטן געװעקס פֿון לִבֿנָה;
15און מיטן בעסטן פֿון די אַלטע בערג,
און מיטן טײַערסטן פֿון די אײביקע הײכן;
16און מיטן טײַערסטן פֿון דער ערד און איר פֿולקײט,
און באַװיליקונג פֿון דעם װאָס האָט אין דאָרן גערוט.
זאָל עס קומען אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹסף,
און אױפֿן שפּיץ קאָפּ פֿון דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.[2]
17זײַן ערשטגעבאָרענער אָקס, ער האָט פּראַכט,
און הערנער פֿון אַ װיזלטיר זײַנען זײַנע הערנער;
מיט זײ װעט ער שטױסן די פֿעלקער,
די עקן פֿון דער ערד מיט אַנאַנדער;
און דאָס זײַנען די צענטױזנטן פֿון אפֿרים,
און דאָס זײַנען די טױזנטן פֿון מנַשֶה.
18און אױף זבֿולון האָט ער געזאָגט:
פֿרײ זיך, זבֿולון, בײַ דײַן אַרױסגײן,
און יִשׂשָׂכָר, אין דײַנע געצעלטן.
19פֿעלקער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן באַרג,
דאָרט װעלן זײ שלאַכטן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט;
װאָרעם די שֶפֿע פֿון ימען װעלן זײ זױגן,
און די פֿאַרבאָרגענע אוֹצרות פֿון זאַמד.
20און אױף גָד האָט ער געזאָגט:
געלױבט דער װאָס דערברײטערט גָד!
אַזױ װי אַ לײבינטע רוט ער,
און פֿאַרצוקט דעם אָרעם און דעם שאַרבן.
21און ער האָט אױסגעקוקט דאָס ערשטע פֿאַר זיך,
װײַל דאָרט איז דער חלק פֿאַר אַ הערשער באַהאַלטן.
אָבער ער איז געקומען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק;
די גערעכטיקײט פֿון ה׳ האָט ער געטאָן,
און זײַנע משפּטים, אין אײנעם מיט יִשׂרָאֵל.
22און אױף דָן האָט ער געזאָגט:
דָן איז אַ יונגער לײב,
ער שפּרינגט פֿון בָשָן אַרױס.
23און אױף נַפֿתָּלי האָט ער געזאָגט:
נַפֿתָּלי, זאַט מיט באַװיליקונג,
און פֿול מיט דער ברכה פֿון ה׳,
דער ים און דעם דָרום טו אַרבן!
24און אױף אָשֵר האָט ער געזאָגט:
געבענטשטער פֿון אַלע זין זאָל זײַן אָשֵר,
באַליבט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער,
און באָדן אין אײל זײַן פֿוס.
25אײַזן און קופּער דײַנע ריגלען,
און װי דײַנע טעג דײַן שטאַרקײט.
26נישטאָ אַזאַ װי הָאֵל, ישוּרוּן;
ער רײַט אױף די הימלען דיר צו הילף,
און אין זײַן גרױסקײט אױף די װאָלקן.
27אַ באַשיצונג איז דער אײביקער ג-ט,
און פֿון אונטן זענען די אײביקע אָרעמס.
און ער האָט פֿאַרטריבן דעם פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר,
און געהײסן: פֿאַרטיליק!
28און יִשׂרָאֵל רוט אין זיכערקײט,
אָפּגעזונדערט – דער קװאַל פֿון יעקבֿ,
אין אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן;
און זײַנע הימלען טריפֿן טױ.
29װױל דיר, יִשׂרָאֵל, װער איז דײַן גלײַכן?
אַ פֿאָלק געהאָלפֿן דורך ה׳ –
דעם שילד פֿון דײַן הילף,
און דעם װאָס איז די שװערד פֿון דײַן גרױסקײט!
און דײַנע פֿײַנט װעלן אײַנגײן פֿאַר דיר,
און דו װעסט אױף זײערע הײכן טרעטן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Corinthians 12 →

1איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר. 2איך קען א מענטשן אין דעם משיח, וואס פאר פערצן יאר—צי אינם גוף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— איז דער זעלביקער ארויפגענומען געווארן ביז צום דריטן הימל; 3און איך ווייס, אז דער זעלביקער מענטש—צי אינם גוף, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— 4איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן. 5מיט אזעלכן וועל איך מיך בארימען; אבער מיט מיר אליין וועל איך מיך נישט בארימען, אחוץ מיט די שלאפקייטן מיינע. 6ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר. 7און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן. 8פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר. 9און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר. 10דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור. 11איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט. 12די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות. 13ווארום מיט וואס זענט איר נידעריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה!

14אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער. 15איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט? 16נאר זאל עס זיין אזוי, איך האב אייך פארט נישט באלעסטיקט; נאר ווייל איך בין כיטרע, האב איך אייך געפאנגען מיט כיטרעקייט. 17צי האב איך אייך דען אויסגענוצט דורך עמיצן פון די, וועמען איך האב געשיקט צו אייך? 18איך האב געבעטן טיטוסן, און האב מיטגעשיקט דעם ברודער. צי האט טיטוס אייך אויסגענוצט? צי האבן מיר דען נישט געהאנדלט אין דעם זעלביקן גייסט? צי נישט אין די זעלביקע פוסטריט? 19שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג. 20ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען; 21טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 32Deuteronomy 34 ►