AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 96
◄ Psalms 95
Psalms 96
תְּהִלִּים 96
Psalms 97 ►
1זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד.
2זינגט צו ה׳, בענטשט זײַן נאָמען,
זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.
3דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,
צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.
4װאָרעם גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט,
ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג‑טער;
5װאָרעם די ג‑טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק,
און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.
6גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים,
שטאַרקײט און פּראַכט אין זײַן מִקדָש.
7גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,
גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.
8גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,
ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט אין זײַנע הױפֿן.
9בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ,
ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד.
10זאָגט צװישן די פֿעלקער: ה׳ טוט קיניגן;
אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען,
ער װעט משפּטן די פֿעלקער מיט יושר.
11זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און זאָל לוסטיק זײַן די ערד,
זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט.
12זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין;
דענצמאָל זאָלן זינגען אַלע בײמער פֿון װאַלד;
13פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט,
װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד;
ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
און די פֿעלקער מיט זײַן װאָרהאַפֿטיקײט.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 95Psalms 97 ►