1אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
1 גיט צו ה׳, איר מאַכטיקע,
גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט,
2גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,
בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.
3דער קֹול פֿון ה׳ איז אױף די װאַסערן,
דער אֵל פֿון פּראַכט טוט דונערן,
ה׳ – אױף װאַסערן גרױסע.
4דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט מאַכט,
דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט שײנקײט,
5דער קֹול פֿון ה׳ צעברעכט צעדערן,
און ה׳ צעברעכט די צעדערן פֿון לבֿנוֹן.
6און ער מאַכט זײ שפּרינגען װי אַ קאַלב,
לבֿנוֹן און שִׂריוֹן, װי אַ יונג װיזלטיר.
7דער קֹול פֿון ה׳ האַקט אױס פֿלאַמען פֿײַער.
8דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר,
ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר פֿון קָדֵש.
9דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט הינדינס געבערן
און טוט װעלדער אַנטבלױזן;
און אין זײַן הֵיכל זאָגט איטלעכער: פּראַכטיק!
10ה׳ האָט בײַם מבול געטראָנט,
און ה׳ טראָנט װי אַ מלך אױף אײביק.
11ה׳ װעט זײַן פֿאָלק געבן שטאַרקײט,
ה׳ װעט בענטשן זײַן פֿאָלק מיט שלום.