AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 135
◄ Psalms 134
Psalms 135
תְּהִלִּים 135
Psalms 136 ►
1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
1 לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳,
לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,
2איר װאָס שטײט אין דעם הױז פֿון ה׳,
אין די הױפֿן פֿון דעם בֵית הַמִקדָש פֿון אלוקינו.
3לױבט ה׳, װאָרעם ה׳ איז גוט,
זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרעם ער איז ליב.
4װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ,
יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס.
5װאָרעם איך װײס אַז ה׳ איז גרױס,
און אונדזער האַר איבער אַלע ג‑טער.
6אַלץ װאָס ה׳ באַגערט, טוט ער,
אין הימל און אױף דער ערד,
אין די ימען און אַלע תּהומען.
7ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד,
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
8ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכוֹרים פֿון מִצרַיִם,
פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה.
9האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מִצרַיִם,
אױף פַּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט.
10ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער,
און געהרגעט מאַכטיקע מלכים:
11סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי,
און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן,
און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן;
12און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,
אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן פֿאָלק.
13ה׳, דײַן נאָמען איז אױף אײביק,
ה׳, דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.
14װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק,
און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרעמען.
15די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד,
דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.
16זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט,
זײ האָבן אױגן און זעען נישט;
17זײ האָבן אױערן און הערן נישט;
נישטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.
18זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ,
איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.
19הױז פֿון יִשׂרָאֵל, לױבט ה׳;
הױז פֿון אַהרֹן, לױבט ה׳;
20הױז פֿון לֵוִי, לױבט ה׳;
איר יראי ה׳, לױבט ה׳.
21ברוך ה׳ פֿון צִיוֹן,
װאָס רוט אין ירושָלַיִם.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 134Psalms 136 ►